אַן אויסדרוק פֿון מיטגעפֿיל פֿאַרן געוועזענעם פֿאָרזיצער פֿון דער פֿאָרווערטס־פֿאַרוואַלטונג, ד״ר באַרני זומאָףA Note Of Sympathy To Former Chair of the Forward Board, Dr. Barnett Zumoff
דעם 2טן סעפּטעמבער איז ד״ר זומאָפֿס טאָכטער, פֿראַנסין זומאָף, אַוועק פֿון דער וועלט נאָך אַ לאַנגער קראַנקייט.
דעם 2טן סעפּטעמבער איז פֿראַנסין זומאָף, די טאָכטער פֿונעם געוועזענעם פֿאָרזיצער פֿון דער פֿאָרווערטס־פֿאַרוואַלטונג, ד״ר באַרני זומאָף, און סעלמאַ זומאָף ז״ל, אַוועק פֿון דער וועלט נאָך אַ לאַנגער, שווערער קראַנקייט. זי איז געווען 61 יאָר אַלט.
פֿראַנסין זומאָף איז געווען אַ טאַלאַנטירטע פּיאַניסטקע וועלכע האָט אָפֿט אויפֿגעטראָטן אין נאַכטקלובן און רעסטאָראַנען. זי האָט אויך פּראָדוצירט עטלעכע קאָמפּאַקטלעך פֿון אירע אייגענע קאָמפּאָזיציעס.
ווי די טאָכטער פֿון צוויי אַקטיוויסטן בײַם אַרבעטער־רינג, האָט פֿראַנסין קינדווײַז פֿאַרבראַכט אַ סך פֿון אירע זומערן אינעם אַרבעטער־רינג־קעמפּ „קינדער רינג‟ און האָט, אין שפּעטערע יאָרן, אָפֿט אויפֿגעטראָטן אינעם גאַסט־אָפּטייל, „סירקל לאָדזש‟.
כּבֿוד איר אָנדענק.
יאַנקל מאָראָװיץ, פֿאָרזיצער
שמואל נאָריך, פּרעזידענט
רייטשל פֿישמאַן פֿעדערסאָן, פֿאַרלעגערין און פֿירמע־שעף
שׂרה־רחל שעכטער, רעדאַקטאָרין פֿונעם פֿאָרװערטס
Jacob Morowitz, Chair
Samuel Norich, President
Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO
Rukhl Schaechter, Editor, Forverts
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO