Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

קאָנפֿערענץ וועגן גלות־קולטורן שטעלט דעם טראָפּ אויף ייִדןConference On Diaspora Cultures Focuses on Jews

די אַקאַדעמיקער אויף דעם צוזאַמענפֿאָר אין פּעטערבורג האָבן אַנאַליזירט ווי צעזייטע באַפֿעלקערונג־גרופּעס היטן אָפּ און אַנטוויקלען זייער קולטור.

פֿונעם 4טן ביזן 6טן סעפּטעמבער איז אינעם פּעטערבורגער מלוכישן אוניווערסיטעט פֿאָרגעקומען אַן אינטערנאַציאָנאַלע קאָנפֿערענץ אויף דער טעמע „קולטור־פֿאָרמירונג אין די תּפֿוצות‟. הגם די רייד איז געגאַנגען וועגן פֿאַרשיידענע באַפֿעלקערונג־גרופּעס אין אַלגעמיין, וואָס לעבן ווײַט פֿון זייער היסטאָריש לאַנד, האָבן ס׳רובֿ לעקציעס געהאַט צו טאָן מיט ייִדן. די אונטערנעמונג איז אָרגאַניזירט געוואָרן דורך דעם אָפּטייל פֿון ייִדישער קולטור בײַם פּעטערבורגער אוניווערסיטעט און דעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים.

אַדרבה, אַ צאָל לעקציעס וועגן ייִדישע ענינים האָבן אַפֿילו נישט געהאַט קיין דירעקט שײַכות צו דער עיקר־טעמע פֿון דער קאָנפֿערענץ. דאָס האָט צוגעגעבן דער אונטערנעמונג אַ דערפֿרישנדיקן עלעמענט פֿון חידוש. למשל, ד״ר אורי גערשאָוויטש, אַ פּעטערבורגער פֿאָרשער, האָט דערציילט וועגן פֿאַרשיידענע מינים תּבֿיעות אין גמרא, וואָס רופֿן אַרויס מחלוקתן צווישן די חכמים אַליין.

יעקאַטערינע דובראָווסקאַיאַ, אַן אַספּיראַנטקע פֿונעם פּעטערבורגער אוניווערסיטעט און איינע פֿון די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דער קאָנפֿערענץ, האָט אין איר לעקציע דערציילט, ווי אַזוי די גריכישע אַמעריקאַנער ווערן רעפּרעזענטירט אין דער הײַנטצײַטיקער אַמעריקאַנער קולטור. גריכן באַטרעפֿן הײַנט ווייניקער ווי 1 פּראָצענט פֿון דער באַפֿעלקערונג אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן אָבער ווי די אַמאָליקע ייִדישע אימיגראַנטן, פֿאַרנעמען זיי אַ וואַקסנדיקע ראָלע אין דער אַמעריקאַנער ליטעראַטור.

וואָס מיינט בכלל גלות, „דיאַספּאָרע‟? וועגן דעם האָט דערציילט די מאָסקווער אַסיסטענט־פּראָפֿעסאָרין מאַרינאַ פּאָלעטאַיעוואַ. אין דער הײַנטיקער וועלט, וווּ די פּראָצעסן פֿון מאַסן־מיגראַציע און גלאָבאַליזאַציע פֿאַרנעמען אַ גרויס אָרט אין דער געזעלשאַפֿט, מוז מען אַנדערש באַטראַכטן דעם עצם־ענין פֿון די תּפֿוצות. מענטשן, וואָס שטאַמען פֿון אַ געוויס לאַנד, האַלטן אָפֿטמאָל אָן נאָענטע באַציִונגען צווישן זיך, וואָס זענען גובֿר די גרענעצן פֿון לענדער. דווקא ווען אַן אימיגראַנטישע גרופּע בלײַבט אין פֿעסטע פֿאַרבינדונגען מיט איר היימלאַנד, קאָן זי זיך בעסער אַרײַנפּאַסן אין דער הײַנטיקער „דיאַספּאָריזירטער‟ גלאָבאַליזירטער וועלט.

אַ סך פֿאַרשיידענע מיטלען העלפֿן דעם נײַעם דור אָפּהיטן די קולטור־ירושה פֿון זייערע אָבֿות. איין אַזאַ מעכטיקער מיטל איז פֿאָלקסקונסט.

יוליאַ קרוטאָוואַ, אַן אַסיסטענט־פּראָפֿעסאָרין פֿון דער מאָסקווער „אַקאַדעמיע אויפֿן נאָמען פֿונעם רמב״ם‟, האָט דערציילט וועגן אַ חנעוודיקן אופֿן פֿון אַזאַ ירושה־אָפּהיטונג: די טראַדיציאָנעלע ייִדישע פּאַפּיר־אויסשערענישן. אין מיזרח־אייראָפּע האָבן זיי אויסגעפֿירט פֿאַרשיידענע פֿונקציעס בײַ ייִדן: ווי אַ פּאָפּולערע פֿאָלקסקונסט; ווי אַ מין תּשמישי־קדושה (למשל, נוי־סוכּה); ווי סגולות, און אַפֿילו ווי אַ מין „מאַנדאַלעס‟ — מעדיטאַטיווע מיטלען אויסצודריקן די אומבאַוווּסטזיניקע נשמה־טיפֿענישן. די אַלטע אויסשניטן זענען כּסדר אָנגעפֿילט מיט מיסטישע סימבאָלן, וואָס רעפּרעזענטירן דעם גן־עדן און די הימלישע וועלטן.

קרוטאָוואַ האָט דערציילט, אַז הײַנט אין ארץ־ישׂראל רופֿט מען אָן די אויסשערענישן „רייזעלעך‟ (אויך באַקאַנט, אין אַ געוויסן וואַריאַנט, ווי שבֿועותלעך). בײַ ייִדן זענען די פּאַפּירשניטן שוין געווען באַקאַנט אינעם 14טן יאָרהונדערט. איין ספֿרדישער רבֿ, שם־טובֿ בן יצחק אבן ארדוטיאל, האָט אָנגעשריבן וועגן דעם אַ גאַנצן ספֿר.

צום באַדויערן, האָבן בלויז אַ קליינע צאָל אַזעלכע קונסטווערק איבערגעלעבט די שוידערן פֿונעם חורבן. מיט עטלעכע יאָר צוריק האָבן אַ ריי קינסטלער אין מיזרח־אייראָפּע אָנגעהויבן צו באַנײַען די אַלטע טראַדיציע. אינעם יאָר 2017 איז אין רוסלאַנד פֿאָרגעקומען די ערשטע אינטערנאַציאָנעלע אויסשטעלונג פֿון „רייזעלעך‟. באַקומט זיך, אַז דווקא אינעם אַמאָליקן ייִדישלאַנד פּרוּוון די ענטוזיאַסטן ווײַטער אָפּהיטן און אַנטוויקלען די דאָזיקע אַלטע ייִדישע קונסט.

וואָס שייך ייִדישלאַנד, האָט דער מחבר פֿון די שורות דערציילט וועגן דער האַלב־פֿאַרגעסענער, אָבער נאָך אַלץ לעבעדיקער, פּאָליטישער טראַדיציע פֿונעם ייִדישן גלות־נאַציאָנאַליזם. אינעם 19טן יאָרהונדערט, ווען אין מיזרח־אייראָפּע האָבן זיך צעבליט אָרטיקע נאַציאָנאַליסטישע באַוועגונגען, האָבן ייִדן פֿאַרשטאַנען, אַז זיי זענען נישט בלויז אַ רעליגיעזע גרופּע, נאָר פּונקט אַזאַ פֿאָלק, ווי די אַרומיקע פֿעלקער, מיט אַן אייגענער שפּראַך און קולטור.

אַזעלכע דענקער און טוער, ווי שמעון דובנאָוו, חיים זשיטלאָווסקי, וולאַדימיר מעדעם און יצחק־נחמן שטיינבערג האָבן אויף חידושדיקע אופֿנים קאָמבינירט אַ געוויסן קולטורעלן נאַציאָנאַליזם מיטן לינקן אידעאַל פֿון סאָלידאַריטעט מיט אַלע פֿעלקער, וויסנדיק, אַז ייִדן וועלן בלײַבן אין גלות און מוזן לעבן מיט אַלעמען בשלום. פֿאָרט, לעבט דער גלות־נאַציאָנאַליזם הײַנט ווײַטער אין אַ ספּעציפֿישער פֿאָרעם: בײַ די ייִדיש־רעדנדיקע חסידים, וועלכע האָבן צוגעפּאַסט זייער אומפּשרהדיקע איבערגעגעבנקייט צו ייִדישקייט צו דער מאָדערנער מולטי־קולטורעלער וועלט.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.