Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

פּרשת כּי־תבֿוא, תּשע״טWeekly Torah Portion: Ki Sovoy, 5779

יואל מאַטוועיעוו דערקלערט וואָס פּרשת תבֿוא לערנט אונדז וועגן דעם ענין געמישטע חתונות און גרים.

די הײַנטיקע און די פֿאָריקע פּרשה האָבן אינגאַנצן היפּוכדיקע נעמען. די פֿאָריקע פּרשה הייבט זיך אָן מיט די ווערטער „כּי תצא‟ — ווען איר גייט אַרויס. די איצטיקע סדרה הייסט „כּי תבֿוא‟ — ווען איר קומט אַרײַן.

דעם פֿאַרגאַנגענעם שבת האָבן מיר געלייענט וועגן אַן אומגעוויינטלעכער טעאָרעטישער סיטואַציע. אין דער ייִדישער וועלט ווערן די געמישטע חתונות אָפֿט באַטראַכט ווי די ערגסטע זאַך אין דער וועלט און אַפֿילו צומאָל פֿאַרגליכן מיטן חורבן. פֿונדעסטוועגן, שטייט געשריבן אין דער פּרשה „כּי תצא‟, אַז ווען ייִדן זענען אַרײַנגעקומען קיין ארץ־ישׂראל, האָבן זיי געמעגט אויסקלײַבן בעת דער מלחמה אַ שיינע נישט־ייִדישע פֿרוי, אַ „יפֿת־תּואר‟. די חסידישע מפֿרשים דערקלערן, אַז די תּורה איז מרמז דערמיט, אַז די פֿינקלען פֿון געטלעכקייט שטעקן איבעראַל אַרום דער וועלט און קאָנען געפֿונען ווערן אין אומגעריכטע ערטער.

די הײַנטיקע פֿרומע וועלט, אַרײַנגערעכנט די חסידים, איז פּאָלאַריזירט. אין אַזעלכע קהילות, ווי סאַטמאַר אָדער ניו־סקווער, מאַכט מען שידוכים בלויז צווישן די אייגענע ייִדן. אויב עמעצער האָט געהאַט אַ נישט־ייִדישן עטלער-זיידן, מאַכט מען אָפֿט אין די דאָזיקע קרײַזן אַ שווײַג; מע פֿאַרשטעלט פֿאַר גרויסע יחסנים, וואָס האָבן זינט משה רבינוס צײַטן געהיט ווי געהעריק די טהרת־המשפּחה און זיך געהאַלטן אָפּגעריסן פֿון דער נישט־ייִדישער וועלט. להיפּוך, זענען די הײַנטיקע ליובאַוויטשער שילן פֿול מיט בעל־תּשובֿות, וואָס שטאַמען פֿון נישט־ייִדישע טאַטעס און גרים; גאַנץ אָפֿט באַקומט זיך, אַז דווקא אַזעלכע מתפּללים ווערן די פֿרימסטע און לערנען די תּורה מער און בעסער, ווי די מיוחסדיקע „היימישע‟. עס טרעפֿט זיך גענוג אָפֿט, אַז ווען אַ ווײַב פֿון אַ ייִדישן מאַן איז זיך מגייר, ווערט זי דער עיקר־קוואַל פֿון תּורה־ומיצוות אין שטוב. אין דער הײַנטיקער וועלט, קומען אַ סך בעל־תּשובֿות נאָכן „שלאַכטפֿעלד‟ פֿונעם וועלטלעכן נע־ונד מיט זייער געראָטענע „יפֿת־תּוארס‟, הגם פֿון דער „היימישער‟ פּערספּעקטיוו קאָנען אַזעלכע ייִדישע משפּחות אויסזען אומפֿאַרשטענדלעך און עקסצענטריש.

אין אַ געוויסן זין, איז „כּי־תבֿוא‟ אַ המשך פֿון דער פֿאָריקער פּרשה. די הײַנטיקע סדרה הייבט זיך אָן מיט דער מיצווה פֿון ביכּורים. ווען דער בית־המיקדש איז געשטאַנען, פֿלעגן ייִדן ברענגען אַהין די ערשטע פּירות פֿונעם גערעטעניש. ווען איר וועט קומען אינעם ירושה־לאַנד, האָט דער באשעפֿער אָנגעזאָגט, דאַרפֿט איר באַלד מקיים זײַן די דאָזיקע מיצווה.

לויטן באַקאַנטן מדרש, איז די גאַנצע וועלט באַשאַפֿן געוואָרן צוליב די ביכּורים, מעשׂרות און חלה. וואָס שייך דעם מעשׂר, איז דעם דאָזיקן מאמר־חז״ל גרינג צו פֿאַרשטיין. דער גרויסער מקובל רבי יהודה־לייב אַשלג האָט באַטאָנט, אַז די הײַנטיקע קאַפּיטאַליסטישע סיסטעם איז דורכגעזאַפּט מיט די אומיושרדיקע מדות פֿון סדום. ווי באַקאַנט, איז אין דער דאָזיקער לעגענדאַרער שטאָט געווען שטרענג פֿאַרבאָטן צו העלפֿן די אָרעמע־לײַט. הײַנט זענען אין אַלע ציוויליזירטע לענדער פֿאַראַן פֿאַרשיידענע אינסטאַנצן און פּריוואַטע אָרגאַניזאַציעס, וואָס באַזאָרגן די אָרעמע שיכטן פֿון דער באַפֿעלקערונג כאָטש מיט אַ מינימום, וואָס דערמעגלעכט אויסצולעבן. הגם דער גײַסט פֿון דער תּנ״כישער רישעותדיקער שטאָט בלײַבט טאַקע ברייט פֿאַרשפּרייט, האַלט די וועלט אָן די ווערטן פֿון צדקה און חסד.

די חלה איז אויך אַ פֿאַרשטענדלעכער סימבאָל פֿון משפּחה־לעבן. אָן קינדער וואָלט די גאַנצע מענטשהייט, פֿאַרשטייט זיך, בטל געוואָרן. וואָס פֿאַר אַ רמז רעפּרעזענטירט אָבער די מיצווה פֿון ביכּורים? אין אונדזער פּרשה ווערן די ערשטע פּירות פֿונעם גערעטעניש אָנגערופֿן „ראשית כּל פּרי האדמה‟. דאָס וואָרט „ראשית‟ טרעפֿט זיך אינעם חומש גאָר זעלטן און איז מרמז אויפֿן וועלט־באַשאַף; ווי ס׳איז באַקאַנט, הייבט זיך די גאַנצע תּורה אָן מיטן וואָרט „בראשית‟. אין יעדן דרש פֿון די חז״ל, וואָס פֿאַרלאָזט זיך, אויפֿן ערשטן בליק, אויף ווערטער־שפּילן מיט לינגוויסטישע פּרטים, שטעקט אָבער אַ טיפֿערער זין. די עצם־קאָנצעפּציע פֿון די ביכּורים מוז מרמז זײַן אויף עפּעס אַ וויכטיקן ענין, אָן וועלכן דאָס גאַנצע מענטשלעכע לעבן וואָלט געווען אוממעגלעך.

דער ראָפּשיצער רבי דערקלערט אין זײַן ספֿר „זרע־קודש‟, אַז די פּירות סימבאָליזירן די פּאַראַדאָקסאַלע באַציִונגען צווישן דער נשמה און דעם גוף. דער גוף יאָגט זיך נאָך גשמיותדיקע תּאוות, און די נשמה שטרעבט אַרויפֿפֿליִען וואָס העכער אין די רוחיניותדיקע וועלטן. על־פּי־שׂכל, וואָלט אַ ריין־רוחניותדיקער מענטש געדאַרפֿט, חלילה, זיך נעמען דאָס לעבן, ווײַל די מהומות פֿונעם פֿיזישן אַרום שטערן זײַן גײַסטיקער אַנטוויקלונג, אָדער זיך אינגאַנצן אונטערגעבן די אינסטינקטן פֿונעם גוף.

די חסידישע צדיקים דערמאָנען אָפֿט דעם פּסוק אין משלי, אַז די מענטשלעכע נשמה איז „נר השם‟, אַ געטלעכע ליכט. דאָס פֿײַער פֿון אַ ליכט רײַסט זיך כּסדר אין הימל אַרויף, אָבער די קנויט און דאָס ברענוואַרג האַלט עס צוגעבונדן צו דער ערד. פּונקט אַזוי, דינט דאָס עסן ווי דער „בוימל‟, וואָס האַלט די נשמה אין אונדזער גוף און לאָזט זי נישט אַוועקפֿליִען.

מע קאָן זאָגן, אַז די ערשטע פּירות פֿונעם גערעטעניש רעפּרעזענטירן די דאָזיקע פּאַראַדאָקסאַלע באַציִונג אויף אַ באַזונדערס בולטן אופֿן. ווען אַ גערטנער געפֿינט די ערשטע פֿרישע און צײַטיקע פֿרוכטן אויף זײַנע ביימער, פֿילט ער אַ גרויסע תּאווה זיי טועם צו זײַן. אין דער זעלבער צײַט, וויל ער באַדאַנקען דעם רבונו־של־עולם פֿאַרן גערעטעניש. די תּורה גיט אַ פּראַקטישע עצה און זאָגט אָן איבערצוגעבן די ערשטע פּירות צו אַ כּהן, באַגלייט מיט אַ ספּעציעלן ריטואַל און געוויסע ווערטער, וואָס מיר זאָגן יעדעס יאָר בײַם פּסח־סדר. אַזוי אַרום, ווערט דער געשמאַקער גשמיותדיקער פּאָטענציאַל, איבערגעגעבן צו אַן אַנדער מענטש, קאָמבינירט מיטן ריין־רוחניותדיקן באַדאַנקען דעם באַשעפֿער. אַדרבה, באַשטייט די עיקר־מיצווה דווקא אינעם באַגלייטן די מתּנה מיט די דאָזיקע דאַנק־ווערטער.

די חלה רעפּרעזענטירט דעם אינדיווידואַליסטישן אַספּעקט פֿונעם מענטשלעכן לעבן. דאָס משפּחה־לעבן און דאָס האָדעווען די קינדער איז אַן עבֿודה פֿונעם יחיד. להיפּוך, רעפּרעזענטירט דער מעשׂר די נייטיקייט פֿון דער קאָלעקטיווער געמיינזאַמער הילף. די מענטשלעכע געזעלשאַפֿט שטייט אויף ביידע יסודות. כּדי זי זאָל זיך נישט צעפֿאַלן, מוז עקזיסטירן אַ באַלאַנס צווישן די באַדערפֿענישן פֿונעם יחיד און די רבים.

די מיצווה פֿון ביכּורים איז אַ סימן פֿונעם דאָזיקן באַלאַנס, ווי אויך פֿונעם באַלאַנס צווישן דעם מענטש און דעם באַשעפֿער. בײַם אָפּגעבן די פּירות דעם כּהן, אָנערקענט דער מענטש, אַז „אין עוד בלבֿדו‟, די גאַנצע וועלט איז בלויז אַן אַנטפּלעקונג פֿון געטלעכקייט. דער ראָפּשיצער רבי באַמערקט, אַז אַ בוים באַשטייט פֿונעם וואָרצל, צווײַגן און פּירות – „שורש, ענפֿים, פּרות‟ אויף לשון־קודש. די ראָשי־תּיבֿות פֿון די דאָזיקע ווערטער פֿאָרמירן דאָס וואָרט „שפֿע‟. דאָס גערעטעניש סימבאָליזירט דעם אייבערשטנס אַלגעמיינע ברכה, וואָס מיר מוזן אויסנוצן אויף אַ געזונטן אופֿן. אַנשטאָט אינגאַנצן אַרויפֿפֿליִען אינעם הימל, אַרײַנפֿאַלן אין די אינדווידואַליסטישע תּאוות אָדער ווערן בלויז באַדינער פֿונעם קאָלעקטיוו, קאָן מען קאָמבינירן רוחניות און גשמיות, דעם אייגענעם דרך און די זאָרג וועגן די אַרומיקע מענטשן.

ווען מע דערגרייכט דעם דאָזיקן באַלאַנס, קאָנען מיר אַרײַנקומען בשלום אין יעדן אָרט און פֿאַרוואַנדלען עס אין אַ הייליק לאַנד. „מאַכט דאָ ארץ־ישׂראל”, ווי עס האָט געזאָגט דער צמח־צדק, דער דריטער רבי פֿון חב״ד. „טיילט זיך מיט די פּירות פֿון אײַער אַרבעט און באַדאַנקט פֿאַר זיי דעם באַשעפֿער.״

אַנשטאָט צו פֿאָלגן יעדע תּאווה, און אַנשטאָט צו פֿירן דעם שטרענג איזאָלירטן לעבנס־שטייגער, איז בעסער צו שאַפֿן אַ באַלאַנסירטע געזעלשאַפֿט, ווי פֿאַרשיידענע מינים מענטשן – אַפֿילו די, וואָס זעען פֿאַר עמעצן אויס פֿרעמד און מאָדנע – קאָנען ברענגען זייערע פּירות און בענטשן דעם אייבערשטן מיט אַן אָפֿן האַרץ אין אַן אָרט פֿול מיט אמתער קדושה.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.