אינטענסיווער סעמינאַר וועגן „יונג־ווילנע‟Three-Day Seminar in Paris To Explore Yung Vilne
ד״ר מרים טרין וועט ווײַזן ווי דער חשובֿער ליטעראַרישער קרײַז האָט שפּעטער משפּיע געווען אויף דער שרײַבער־גרופּע „יונג־ישׂראל”.
דער „פּאַריזער ייִדיש־צענטער — מעדעם־ביבליאָטעק‟ וועט אין נאָוועמבער אײַנאָרדענען אַן אינטענסיוון דרײַטאָגיקן סעמינאַר מיט ד׳׳ר מרים טרין וועגן דער שרײַבער־גרופּע „יונג־ווילנע‟.
ד׳׳ר טרין, אַ מומחה אין דער געשיכטע פֿון דער שרײַבער־גרופּע בכלל און דעם פּאָעט אַבֿרהם סוצקעווער בפֿרט, וועט לערנען דעם סעמינאַר אין גאַנצן אויף ייִדיש.
דער „פּאַריזער ייִדיש־צענטער‟ וויל ספּעציעל, אַז יונגע מענטשן און ייִדיש־סטודענטן זאָלן קומען אויף דער פּראָגראַם, וואָס וועט זיך איבערהויפּט פֿאָקוסירן אויף דער בליצײַט פֿון „יונג־ווילנע‟ אָבער אויך אַרײַננעמען אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם גורל פֿון אירע מיטגלידער בשעתן חורבן און איר השפּעה אויף דער ייִדישער ליטעראַטור בכלל און אויף דער שפּעטערדיקער שרײַבער־גרופּע „יונג־ישׂראל‟ בפֿרט.
די פּראָגראַם וועט פֿאָרקומען פֿון פֿרײַטיק דעם 8טן נאָוועמבער ביז זונטיק, דעם 10טן נאָוועמבער.
דער פּרײַז פֿונעם סעמינאַר איז 170 אייראָס. פֿאַר אוניווערסיטעט־סטודענטן וואָס זענען ייִנגער פֿון 30 יאָר קאָסט עס 120 אייראָס. מע וועט אויך צוטיילן אַ צאָל סטיפּענדיעס, און דערפֿאַר בעט מען אַז די וואָס ווילן קומען זאָלן זיך פֿאַרשרײַבן וואָס פֿריִער.
ד׳׳ר מרים טרין איז געבוירן געוואָרן אין פּוילן און אויפֿגעוואַקסן אין דײַטשלאַנד. זי גיט קלאַסן פֿון דער ייִדישער שפּראַך און וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור אינעם „העברעיִשן אוניווערסיטעט‟, און האָט במשך פֿון די לעצטע 10 יאָר געלערנט אויף כּמעט אַלע גרויסע ייִדיש־זומער־פּראָגראַמען אויף דער וועלט. אַחוץ דעם פֿירט זי אָן מיט אינטערנעץ־קלאַסן דורכן אַרבעטער־רינג, און, אין איינעם מיט איר מאַן אליעזר ניבאָרסקי, לערנט זי ייִדיש־קלאַסן דורך זייער אייגענער אָרגאַניזאַציע „ייִדיש־אָרט‟.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO