די מאַמע פֿון אַ גרויסן קירובֿ־רבֿ, אַן אמתע מושלמתThe Accomplished Mother Of a Great Kiruv Rabbi
ווי אַ יונג מיידל, איז חנה יאַנאָווסקי שוין געווען אַן ענטוזיאַסטקע פֿון חסידות.
דעם הײַנטיקן שבת, וואָס פֿאַלט אויס אין די עשׂרת־ימי־תּשובֿה און טראָגט צוליב דעם אַ ספּעציעלן נאָמען — שבת־שובֿה אָדער שבת־תּשובֿה — לייענען מיר ווײַטער וועגן די לעצטע טעג פֿון משה רבינוס לעבן.
די הײַנטיקע הפֿטורה פֿונעם נבֿיא הושע, וואָס הייבט זיך אָן מיט די ווערטער „שובֿה ישׂראל‟, טרייסט ייִדן מיט פּאָעטישע, אָפּטימיסטישע ווערטער. דער נבֿיא זאָגט, אַז האַרציקע תּפֿילות פּועלן פּונקט ווי די אַמאָליקע קרבנות, „ונשלמה פֿרים שׂפֿתינו‟, און אַז דער אייבערשטער וועט מקבל זײַן די תּשובֿה פֿון זינדיקע מענטשן, וואָס וועלן „זיך צעבליִען ווי אַ ליליע‟, אָדער אַ רויז — עס ווענדט זיך, ווי מע זאָל אָפּטײַטשן דאָס וואָרט „שושנה‟.
אינעם לעצטנס פּסוק פֿון הושעס נבֿואה שטייט אָבער געשריבן: „דעם אייבערשטנס וועגן זענען גראָד, און צדיקים גייען אויף זיי, אָבער רשעים ווערן אויף זיי ניכשל‟. די חסידישע מפֿרשים טײַטשן עס אָפּ ווי אַ וואָרענונג, אַז די זעלבע וועגן, וואָס פֿירן צדיקים צו צידקות, קאָנען ברענגען אַ רשע, חלילה, צו רישעות.
די הפֿטורה שליסט זיך מיט די לעצטע דרײַ פּסוקים פֿונעם נבֿיא מיכה, וועלכער טרייסט ווײַטער, אַז דער באַשעפֿער איז מלא־רחמים און „וואַרפֿט אַרויס אינעם ים‟ אַלע עבֿירות, ווען מע טוט אַן אמתע תּשובֿה. די זעלבע ווערטער, אַגבֿ, זאָגט מען אינעם יהי־רצון בײַם תּשליך.
דעם הײַנטיקן שבת, ו׳ תּשרי, איז דער יאָרצײַט פֿון אַ פֿרוי אַ צדיקת, וועלכע איז באַקאַנט ווי די מאַמע פֿון אַ מענטש, וועלכער האָט טויזנטער ייִדן באַגײַסטערט תּשובֿה צו טאָן. פֿאָרט, טענהן זײַנע קריטיקער, אַז, ווי אינעם דערמאָנטן פּסוק אין דער הײַנטיקער הפֿטורה, ווערן אַ טייל ייִדן ניכשל פֿאָלגנדיק זײַן וועג.
עס גייט אַ רייד וועגן דער רביצין חנה שניאורסאָן (1880-1964) — די מאַמע פֿונעם לעצטן ליובאַוויטשער רבין. אָפֿטמאָל דערציילן די ליובאַוויטשער חסידים על־פּי טעות, אַז זי איז געבוירן געוואָרן אין ניקאָלאַיעוו, דאָס געבורט־אָרט פֿון איר קומענדיקן זון, דעם רבין. אין דער אמתן, שטאַמט זי פֿונעם שטעטל ראָמאַנאָווקע אין דער כערסאָנער גובערניע פֿון אוקראַיִנע. ווי אַ מיידל, האָט זי געהייסן חנה יאַנאָווסקי. אירע קינדער־יאָרן האָט זי טאַקע פֿאַרבראַכט אין ניקאָלאַיעוו, וווּ איר טאַטע האָט לאַנג געדינט ווי אַ רבֿ. איר משפּחה האָט במשך פֿון עטלעכע דורות געהאַט אַ שײַכות צו דער דאָזיקער שטאָט.
ווי אַ יונג מיידל, האָט חנה יאַנאָווסקי זיך שוין אַקטיוו אינטערעסירט מיטן מיסטישן דרך פֿון חסידות־חב״ד. זי פֿלעגט אַליין איבערשרײַבן די חסידישע מאמרים —קאָמפּליצירטע ענינים, באַגרינדעט אויף קבלה — כּדי צו פֿאַרשפּרייטן זיי צווישן די חסידים. מע דערציילט, אַז זי האָט געהאַט אַ שיין קול און גרויסע מוזיקאַלישע כּשרונות. ווי באַלד אין דער חסידישער סבֿיבֿה איז פֿאַרבאָטן צו הערן אַ פֿרוי זינגען, ווייסן מיר נישט, צי געוויסע חסידישע ניגונים שטאַמען פֿון איר; אין פּרינציפּ, איז עס מעגלעך, אויב די טאַטע־מאַמע איז איר זינגען געפֿעלן.
בײַ 20 יאָר האָט זי חתונה געהאַט מיט הרבֿ לוי־יצחק שניאורסאָן, דער טאַטע פֿונעם רבין. ער איז געווען אַ ייִד אַ מקובל, אַ מחבר פֿון גאָר טיפֿע קבלה־כּתבֿים, וואָס קלינגען זייער אַנדערש, ווי טיפּישע ליובאַוויטשער מאמרים. מע קאָן זיך משער זײַן, אַז זײַענדיק באַהאַוונט פֿון יונגווײַז אָן אין מיסטישע ענינים, האָט די רביצין אַליין געהאַט אַ גוטע השׂגה אין קבלה.
אין 1907 האָט איר מאַן באַקומען אַ רבנות־שטעלע אין יעקאַטערינאָסלאַוו (הײַנט דניעפּראָפּעטראָווסק). בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה איז זי געווען אַ באַקאַנטע כּלל־טוערין, העלפֿנדיק די פּליטים.
אין סטאַלינס תּקופֿה איז דער מצבֿ געוואָרן שווערער. ווען חנהס זון, דער קומענדיקער רבי, האָט חתונה געהאַט אין פּוילן אין 1928, האָט מען די טאַטע־מאַטע פֿונעם חתן נישט אַרויסגעלאָזט פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. אין 1939 איז איר מאַן פֿאַרשיקט געוואָרן קיין קאַזאַכסטאַן. די רביצין, פֿאַרשטייט זיך, האָט אים באַגלייט. צום גליק, איז קאַזאַכסטאַן, בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה דווקא געווען אַ מקום־מיקלט . איר מאַן איז אָבער דאָרטן ניפֿטר געוואָרן אין 1944.
נאָך דער מלחמה האָט זיך חנה שניאורסאָן אַנטשלאָסן אַריבערצוגנבֿענען די פּוילישע גרענעץ און זיך דערקליבן ביז פּאַריז, וווּ עס האָט דעמאָלט געוווינט איר זון מנחם־מענדל. צוזאַמען זענען זיי אַוועקגעפֿאָרן קיין אַמעריקע.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor