Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

די פֿאַרגעסענע נאָבל־פּרעמירטע פּאָעטעסע, נעלי זאַקסThe Forgotten Nobel Laureate, Poet Nelly Sachs

ס׳איז אַ שאָד וואָס ש. י. עגנונס שם האָט פֿאַרשאָטנט די אויפֿטוען פֿון דער פּאָעטעסע, מיט וועלכער ער האָט בשותּפֿות געוווּנען די נאָבל־פּרעמיע.

די פֿאַרגאַנגענע ימים־נוראָים האָבן מיר געלייענט די דראַמאַטיש־פּאָעטישע תּפֿילה „ונתנה תּוקף‟, וואָס האָט געדינט ווי דער קוואַל פֿון לענאַרד כּהנס באַקאַנטן ליד Who By Fire. דער זינגער ציילט איבער פֿאַרשיידענע סיבות און אומשטענדן, אין וועלכע אַ מענטש קאָן שטאַרבן, אָנהייבנדיק פֿון פֿײַער און וואַסער — אַ ציטאַט פֿון „ונתנה תּוקף‟, וווּ עס שטייט געשריבן: מי במים ומי באש — ווער אין וואַסער, און ווער אין פֿײַער.

די עיקר־טעמע פֿון דער הײַנטיקער פּרשה איז דער קאַטאַסטראָפֿישער מבול, אין וועלכן עס זענען אומגעקומען אַלע מענטשן, אַחוץ נח, זײַן פֿרוי און דרײַ קינדער. די חז״ל גיבן צו, אַז דאָס וואַסער האָט דערצו געזאָטן; די מענטשן זענען מיטאַמאָל דערטרונקען און אָפּגעברענט געוואָרן — טאַקע „מי במים ומי באש‟.

עס מאַכט באמת נישט אויס, צי מע זאָל אָפּטײַטשן די מבול־מעשׂה אין גאַנצן בוכשטעבלעך, צי ווי אַ דערציילונג וועגן אַן אָרטיקער פֿאַרפֿלייצונג, ווי עס מיינען אַ טייל הײַנטיקע רבנים און אַנדערע ייִדישע גײַסטיקע פֿירער. אין דער געשיכטע זענען געשען נישט ווייניק קאַטאַסטראָפֿעס, נאַטירלעכע און קינסטלעכע, ווען פֿון דער פּערזענלעכער פּערספּעקטיוו פֿון די געראַטעוועטע האָט זיך געדאַכט, אַז זיי האָבן איבערגעלעבט דעם סוף פֿון דער גאַנצער וועלט. איינע פֿון אַזעלכע שוידערלעכע קאַטאַסטראָפֿעס אין דער מאָדערנער תּקופֿה איז געווען, אַוודאי, דער חורבן.

דער הײַנטיקער שבת וועט זײַן דער 4טער טאָג אינעם חודש חשוון אָדער מרחשוון, וווּ מע רופֿט אים אָן אין אַ סך קהילות. מע זאָגט, אַז חשוון איז אַ ביטערער חודש („מר‟ אויף לשון־קודש), ווײַל אין פֿאַרגלײַך מיטן יום־טובֿדיקן תּשרי זענען קיין יום־טובֿים אין אים נישטאָ. דער 4טער טאָג פֿון חשוון איז אָבער אויך די דאַטע, ווען אינעם יאָר 1966 איז פֿאָרגעקומען אַ פֿײַערלעך געשעעניש: צוויי ייִדישע מחברים, שמואל־יוסף עגנון און נעלי זק״שׂ (זאַקס), האָבן בשותּפֿות געוווּנען אַ נאָבל־פּרעמיע אין ליטעראַטור.

ווי דער ערשטער נאָבל־לאַורעאַט, וואָס האָט געשריבן אויף העברעיִש, האָט עגנונס שם, צום באַדויערן, פֿאַרשאָטנט דעם נאָמען פֿון דער גרויסער דײַטשיש־ייִדישער פּאָעטעסע און דראַמאַטורגין. אין דער ייִדישער וועלט בלײַבט זי ווײַט נישט אַזוי באַקאַנט, ווי עגנון.

נעלי זק״שׂ איז געבוירן געוואָרן אין בערלין, אינעם יאָר 1891. אירע עלטערן זענען געווען רײַכע פֿאַבריקאַנטן. אירע פֿריִיִקע לידער און פּיעסעס האָט זי געשריבן אינעם גײַסט פֿונעם דײַטשישן נעאָ־ראָמאַנטיזם. אין 1933, ווען די נאַציס זענען געקומען צו דער מאַכט, האָט זי דווקא אָנגעהויבן טראַכטן וועגן אַלגעמיינע וואָרצלען פֿון דער ייִדישער און קריסטלעכער רעליגיע, מיט אַ האָפֿענונג, אַז די נאַציאָנאַליסטישע מהומה אין דײַטשלאַנד וועט פֿאַרגיין.

אַ דאַנק איר פֿרײַנדשאַפֿט מיט דער שוועדישער שרײַבערין סעלמאַ לאַגערלעף, האָט זיך נעלי זק״שׂן אײַנגעגעבן אין 1940 צו אַנטלויפֿן מיט איר מאַמען קיין שוועדן; מיט אַ וואָך שפּעטער וואָלט מען זיי פֿאַרשיקט אין אַ קאָנצענטראַציע־לאַגער. שפּעטער האָט זי זיך דערוווּסט, אַז איר געליבטער, מיט וועלכן זי האָט יונגערהייט געהאַט אַן אומגליקלעכן ראָמאַן, איז אומגעקומען אין אַ לאַגער, הגם קיין ייִד איז ער נישט געווען.

די נאָכמלחמהדיקע פּאָעזיע פֿון נעלי זק״שׂ איז פֿול מיט ייִדישע מאָטיוון, בפֿרט מיט דער קבלהדיקער קאָנצעפּציע פֿון גלות־השכינה – אַז דער ווײַבלעכער אַספּעקט פֿון געטלעכקייט איז פֿאַרשפּאַרט, כּבֿיכול, אין גלות.

עטלעכע יאָר האָט די פּאָעטעסע פֿאַרבראַכט אין אַ פּסיכיאַטרישער קליניק, וווּ זי האָט ווײַטער געשריבן לידער – גאָר געראָטענע, אָבער אָנגעזאַפּטע מיט שוידער און מרה־שחורה. פֿאַר איר בעסטן פּאָעטישן „ברודער‟ האָט זי געהאַלטן פּאָל סעלאַן — אַן אַנדער גאָר באַגאַבטן, אָבער מרה־שחורהדיקן ייִדישן פּאָעט, וועלכער האָט זיך גענומען דאָס לעבן אין 1970.

ווי דער שטייגער איז אין דער הײַנטצײַטיקער מערבֿדיקער פּאָעזיע, האָט זק״שׂ געשריבן אין אַ פֿרײַען סטיל אָן גענויע גראַמען. וועגן דעם מבול שרײַבט זי אויך, שילדערנדיק דעם לעצטן שטאַרבנדיקן מענטש.

עס קאָן זײַן, אַז אויך צוליב דעם דעפּרעסיוון טעם, אויסגעמישט מיט אַן ערלעכער האָפֿענונג צו לייזן די סתּירות צווישן ייִדן און קריסטן, בלײַבן אירע לידער ווייניק־באַקאַנט אויף דער ייִדישער גאַס, להיפּוך צום אָפּטימיסטישן עגנון.

נעלי זק״שׂ איז ניפֿטר געוואָרן פֿון אַ ראַק אין 1970. אירע פּערזענלעכע חפֿצים האָט מען איבערגעגעבן דער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק פֿון שוועדן.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.