נײַער נומער „ייִדישלאַנד“ געווידמעט הײַנטצײַטיקער ייִדישער פּאָעזיעNew Issue of Yiddishland Dedicated to Contemporary Yiddish Poetry
אַחוץ די לידער פֿון 13 פּאָעטן אין זעקס לענדער, נעמט דער נומער אויך אַרײַן פֿאָרשערישע אַרטיקלען וועגן דער ייִדישער דיכטונג.

Graphic by Angelie Zaslavsky
ס׳איז לעצטנס אַרויס דער ווינטער־נומער פֿונעם ייִדישן ליטעראַרישן זשורנאַל „ייִדישלאַנד‟.
דער נומער, דער פֿערטער פֿונעם זשורנאַל וואָס איז ביז־אַהער דערשינען, איז אין גאַנצן געווידמעט דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער פּאָעזיע. אינעם אַרײַנפֿיר גיט איבער די רעדקאָלעגיע, אַז זי האָט באַשלאָסן צו שאַפֿן אַ פּאָעזיע־נומער פֿונעם זשורנאַל ניט בלויז ווײַל אַלע אירע מיטגלידער זענען אָדער ייִדישע פּאָעטן, אָדער איבערזעצער פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע, נאָר אויך ווײַל אַ סך מענטשן האַלטן די ייִדישע ליטעראַטור פֿאַר „טויט‟ און דער נײַער נומער זאָגט עדות אויף דעם, וואָס די ייִדישע פּאָעזיע האָט ווײַט ניט געזאָגט איר לעצט וואָרט.
דער נומער נעמט אַרײַן נײַע לידער פֿון 13 הײַנטצײַטיקע דיכטער אין אַמעריקע, ישׂראל, רוסלאַנד, שוועדן און ווײַסרוסלאַנד, ווי אויך אַ ריי לידער פֿונעם ליטעראַרישן עזבֿון פֿון יוסף קערלער און אליהו טאָקער. צוזאַמען מיט די ייִדישע לידער נעמט דער נומער אויך אַרײַן ייִדישע איבערזעצונגען פֿון לידער פֿונעם רוסישן פּאָעט אָסיפּ מאַנדעלשטאַם און אַן עסיי וועגן דער געשיכטע פֿון זײַנע לידער אין דער ייִדישער איבערזעצונג, פֿאָרשערישע אַרטיקלען וועגן די ווערק פֿון דבֿורה פֿאָגעל און וועלוול טשערנין, רעצענזיעס פֿון נײַע איבערזעצונגען פֿון ייִדישע לידער אויף אוקראַיִניש, און קורצע רעצענזיעס פֿון נײַע ביכער אויף ייִדיש.
כּדי אָפּצומערקן הונדערט יאָר זינט 1919, נעמט דער זשורנאַל אַרײַן אַן עסיי פֿון ד׳׳ר דובֿ־בער קערלער וועגן יענעם גורלדיקן יאָר אין דער ייִדישער פּאָעזיע.
דעם נומער, פֿון 114 זײַטן, קען מען באַשטעלן דאָ.
אינעם פֿריִערדיקן נומער „ייִדישלאַנד‟ האָט מען זיך אָפּגעגעבן מיט נײַע איבערזעצונגען פֿון דער וועלט־ליטעראַטור.
אַ ריי אַרטיקלען, דערציילונגען און לידער פֿון פֿריִערדיקע נומערן ”ייִדישלאַנד“, וואָס ווערט רעדאַקטירט דורך מיכל פֿעלזענבאַום, דובֿ־בער קערלער, וועלוול טשערנין, וואַלערי דימשיץ און עטל ניבאָרסקי, קען מען לייענען אָנלײַן דאָ. דער זשורנאַל ווערט אַרויסגעגעבן דורכן ”פֿאַרלאַג אָלניאַנסקי־טעקסט“, וואָס איז אויך באַקאַנט פֿאַר זײַנע קינדער־ביכלעך אויף ייִדיש און שוועדיש.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
