די באָבע פֿלעג זאָגן אַז זי האָט מורא פֿאַר חנוכּהBubbe Used To Tell Us That Hanukkah Frightened Her
וווינענדיק מיט אירע פֿיר יתומימלעך אין אַנטווערפּן האָט זי זיך געפֿילט אין גאַנצן אַליין, בפֿרט אין אַזאַ קאַלטן פֿינצטערן יום־טובֿ ווי חנוכּה.
אוי, ווי איך האָב קינדווײַז מקנא געווען די אמתע פֿראָסטיקע חנוכּהס! צום ערשטן מאָל האָב איך זיי געטראָפֿן ווי אַ קינד אין שלום עליכמס דערציילונג „חנוכּה־געלט‟, איבערגעזעצט אויף עבֿרית דורך י”ד בערקאָוויטש. מיט פֿלאַמיקע אויגן האָב איך געלייענט זײַן באַשרײַבונג: „ווינטער. דרויסן איז קאַלט, דער פֿראָסט ברענט מיט סכּנות, די פֿענצטער זענען פֿאַרקאָוועט, באַדעקט מיט שניי, צעמאָלט אויפֿן שענסטן אָרט, און אין שטוב איז וואַרעם — מחיה נפֿשות‟.
די ווערטער זײַנען אפֿשר געווען די זוימען פֿון מײַן אור־ליבע סײַ פֿאַר ייִדיש און סײַ פֿאַר די קאַלטע לענדער, דאָס הייסט ערגעץ וווּ, ווײַט פֿון דאַנען, פֿון ארץ־ישׂראל, וווּ די חמימה האָט געהערשט ביז נישט לאַנג, אין די חשוונדיקע טעג; קוים־קוים איז געקומען דער יורה (דער ערשטער רעגן), און אַמאָל דאָס אויך נישט; די ערד און די ביימער זײַנען נאָך שטויביק און דאָרשטיק, חלשן ווי מיר אַליין אויף די בידנע טראָפּנס פֿונעם קורצן ווינטער, וואָס גייט שוין כּמעט אַדורך.
כ’וויל נישט חלילה לייקענען די גלאָבאַלע דערוואַרעמונג, אָבער איך געדענק אַז שוין בײַם אָנהייב אַכציקער יאָרן האָב איך באַמערקט איין חנוכּה־טאָג אַז איך טראָג אַ טי־שערט, און נישתּומם געוואָרן: צי דאָס הייסט חנוכּה, דער ווינטערדיקער יום־טובֿ? אין דער היים האָבן מיר געצונדן ליכט מיט אָפֿענע פֿענצטער, אָן שום פֿראָסטבלום, אָט דער אָ עקזאָטישער וווּנדער וואָס מײַן טאַטע האָט געזען אין זײַנע קינדעריאָרן, העט ווײַט אין פּוילן. ווי אַ קינד האָב איך דערקענט די וויכטיקייט פֿון וועטער אין מײַן גײַסטיקער און קולטורעלער בילדונג, און פֿאַרשטאַנען אַז ס’איז דאָ אַ מחיצה צווישן חלום — אַ פֿראָסטיקער חנוכּה — און ווירקלעכקייט, וואָס איז אַמאָל נענטער צום אמת. ווײַל די מכּבים האָבן דאָך געלעבט אין די אויסגעטריקנטע בערג פֿון מודיעין, און נישט צווישן די שנייענדיקע טענענביימער פֿון סאַנטאַ קלאַוס.
ווי שלום עליכם, להבֿדיל, האָב איך אויך ליב געהאַט חנוכּה צוליב חנוכּה־געלט, לאַטקעס, פּאָנטשקעס און צוליב דער וואַקאַציע — שיינע מינהגים וואָס האָבן דווקא יאָ „עולה געווען‟ קיין ישׂראל. אָבער שוין דעמאָלט האָב איך באַמערקט אַז ווען מײַן באָבע פֿייגע קומט צו גאַסט און צינדט מיט אונדז די חנוכּה־ליכט הערשט בײַ אונדז אין שטוב אַן אײַנגעהאַלטענע, אויב נישט אַ טרויעריקע, שטימונג. מע זינגט טאַקע די „מעוז צור‟ און „הנרות הללו‟, מע ווינטשט „אַ פֿריילעכן חנוכּה‟, אָבער דאָס איז בלויז ווײַל מצווה גדולה להיות בשמחה תמיד, ס׳איז אַ גרויסע מיצווה צו זײַן תּמיד צופֿרידן. מיט דער צײַט שטייען שוין טרערן אין די אויגן פֿון דער באָבען און דער מאַמען.
מיט די יאָרן האָב איך פֿאַרשטאַנען אַז חנוכּה וואַרפֿט אַ שרעק אויף מײַן משפּחה, און כ’האָב אויך פֿאַרשטאַנען די סיבה דערפֿון. נאָכן חורבן איז די באָבע פֿייגע געבליבן אַן אַלמנה מיט פֿיר יתומימלעך. אויב די וואָכנטעג זײַנען געווען שווער, זענען נאָך שווערער געווען די יום־טובֿים: אַליין, אָן שום קרובֿ, אַן אָרעמע משפּחה אין דער דיאַמאַנטן־שטאָט אַנטווערפּן, און בפֿרט אין אַזאַ מין קאַלטן פֿינצטערן יום־טובֿ ווי חנוכּה. דערצו, איז אין איין חנוכּה פֿון סוף פֿערציקער יאָרן טאַקע כּמעט געשען בײַ זיי אַן אומגליק: די חנוכּה־ליכט האָבן אָנגעצונדן דעם פֿאָרהאַנג, און אין שטוב איז אויסגעבראָכן אַ שריפֿה. מיט אַ פּאָר יאָר שפּעטער איז די באָבע געלעגן חנוכּה צײַט אין שפּיטאָל, נאָך אַ שווערער אָפּעראַציע. פֿון דעמאָלט אָן פֿלעגט די באָבע זאָגן (פֿאַרשטייט זיך נישט צו אונדז, די אייניקלעך) אַז זי האָט מורא פֿאַר חנוכּה.
נישט אומזיסט: נאָך אַ סך יאָרן איז מײַן באַליבטסטע באָבע, אינעם זעקסטן אָוונט פֿון חנוכּה, ניפֿטר געוואָרן. זיצנדיק שבֿעה האָט מען אָנגעצונדן אַ נשמה־ליכט און אַ חנוכּה־לאָמפּ. דעמאָלט האָב איך שוין געוווּסט וועגן ניטל; בײַם אָנהייב פֿון די נײַנציקער יאָרן האָט נאָווי־גאָד עולה געווען קיין ישׂראל צוזאַמען מיט די עולים פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד, און אין די ישׂראלדיקע שטעט האָט מען ערשט געקאָנט זען די טענענביימער, די ליכטלעך און די אַנדערע גלאַנצנדיקע דעקאָראַציעס וואס האָבן אויך מיר אַביסל אַנטציקט, כאָטש איך בין געווען שוין אַ דערוואַקעסענער בחור. ווען מײַן באָבע איז געשטאָרבן איז ניטל טאַקע אויסגעפֿאַלן אין חנוכּה, און אי די מנורה אי די ניטל־ליכטלעך האָבן געגלאַנצט אין די טרערן פֿון מײַנע אויגן. חנוכּה איז געוואָרן פֿון דעמאָלט אָן אַ יאָרצײַט, וואָס קלאַפּט אין דער טיר יעדן יאָר ווי אין בעטהאָווענס פֿינפֿטער סימפֿאָניע.
די יאָרן זײַנען פֿאַרבײַ, און מיט נײַן יאָר צוריק איז געשען אין חנוכּה נאָך אַן אומגליק, דאָס מאָל נישט נאָר בײַ אונדז אין דער משפּחה. דעם 2טן דעצעמבער 2010, צום ערשטן ליכטל חנוכּה תשע”א, איז אויסגעבראָכן אַ שריפֿה אין די כּרמל בערג. אויך דעמאָלט איז דער יורה נאָך אַלץ נישט געקומען, און די סאָסנעס פֿון די כּרמל־וועלדער זײַנען געווען טרוקן ווי צונטער; רעשטלעך קוילן זײַנען גענוג געווען אָנצוצינדן די ריזיקסטע שׂריפֿה אין דער געשיכטע פֿון מדינת־ישׂראל. דער שיראָקאָ־ווינט און דער כאַמסין האָבן צוזאַמען ווילד פֿאַרשפּרייט די פֿלאַמען, און זיי האָבן אַלץ אָנגעצונדן. די אַרומיקע ייִשובֿים, און אַפֿילו פֿאַרשיידענע קוואַרטאַלן אין חיפֿה, האָט מען עוואַקויִרט און זיי זײַנען טאַקע פֿאַרברענט געוואָרן. אַן אויטאָבוס פֿול מיט פֿײַערלעשער־קאַדעטן איז אַרומגערינגלט געוואָרן דורך די פֿלאַמען, און 44 מענשטן זײַנען אומגעקומען. די שׂריפֿה האָט געבושעוועט פֿיר טעג און פֿיר נעכט, און די פֿײַערלעשערס האָבן נישט געהאַט קיין שום שליטה איבער איר. די ישׂראלדיקע מיטלען האָבן גאָר נישט געסטײַעט, די שׂריפֿה האָט געדראָט זיך ווײַטער צו פֿאַרשפּרייטן, און אין לאַנד איז געוואָרן אַ פּאַניק. איך געדענק נישט די יום־כּיפּור מלחמה, אָבער מע דערציילט אַז עפּעס אַזאַ מין מוראדיקע שטימונג האָט דאַן געהערשט — אָט דאָס באַקאַנטע געפֿיל פֿון חורבן, וואָס וועקט זיך בײַ אונדז אין ישׂראל פֿון צײַט צו צײַט.
אונדזערע שכנים האָבן אונדז תּיכּף געהאָלפֿן: ציפּערן, גריכנלאַנד און אַפֿילו די אויפֿגערעגטע טערקײַ האָבן געשיקט לעש־עראָפּלאַנען און העליקאָפּטערס און אָנטייל גענומען אין דער גרויסער לעש־אָפּעראַציע. אויך ווײַטערע מדינות האָבן געהאָלפֿן: איטאַליע, בולגאַריע, רומעניע, דײַטשלאַנד און פֿראַנקרײַך. אַפֿילו אונדזערע נאָענסטע שכנים, די פּאַלעסטינער, האָבן געשיקט דרײַ לעשאויטאָס. אָבער די באַרימטסטע הילף איז געקומען פֿון דער אַלטער פֿרײַנדינע: די פֿאַראייניקטע שטאַטן האָט געשיקט צוויי „הערקולעסן‟ [מיליטערישע עראָפּלאַנען] און אַ ריזיקן „עווערגרין‟ [דער גרעסטער לעש־עראָפּלאַן] וואָס האָט פֿאַרלאָשן די לעצטע פֿלאַמען. אַ דאַנק, „יו־עס־איי‟! פּונקט ווי בײַ דער יום־כּיפּור קריג אין אקטאבער 1973, ווען דו האָסט אונדז געשיקט טאַנקען, עראָפּלאַנען, קאַנאָנען און אַ סך געווער, האָסטו אונדז דאָס מאָל ווידער געראַטעוועט.
(מיט דער צײַט האָב איך זיך דערוווּסט אַז דער „עווערגרין‟ האָט אונדז געקאָסט מער ווי אַ מיליאָן שקל אַ טאָג, און קאַנאַדע האָט אייגנטלעך אויך געשיקט נישט ווייניק הילף — אָבער נישט דאָס בין איך אויסן.)
אַזוי איז געווען חנוכּה תשע”א. אויך פֿריִער, ווי כ’האָב שוין דערציילט, האָב איך נישט געזאָגט די ברכה „שעשׂה נסים לאבֿותינו, בימים ההם בזמן הזה‟ מיט פֿולער כּוונה. נסים זײַנען נישט געשען בײַ אונדז אין חנוכּה. דער יום־טובֿ האָט פֿון לאַנג געוויזן זײַן פֿינצטער פּנים, פּונקט ווי יעדע שׂמחה ווערט בײַ אונדז ייִדן באַגלייט מיט אומעט, און יעדעס ליכטל — מיט זײַן שאָטן. דאָס הייסט לעבן. מיט דער צײַט האָב איך געפֿונען נאָך אַזעלכע מורה־שחורהניקעס, ווי למשל יצחק באַשעוויס־זינגער, וואָס באַשרײַבט אין זײַן דערציילונג „אַן ערבֿ חנוכּה אין וואַרשע‟ (געדרוקט אין המשכים בײַם „פֿאָרווערטס‟ פֿון דעצעמבער 1975 ביז יאַנואַר 1976) אַ חנוכּה־טראַוומע פֿון זײַנע קינדעריאָרן. ווײַזט זיך אַרויס אַז מיר ביידע, איך הקטן און ער הגדול, האָבן נישט קיין צוטרוי אין פֿריילעכע פֿײַערונגען, און פֿון דעסט וועגן: שהחיינו וקיימנו והגענו לזמן הזה. דאָס איז אויך נישט קיין קלייניקייט.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO