Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

דאָס באַצייכענען רוסישע ייִדן ווי קלויסטער־קאָמוניסטןThe labeling of Russian Jews as church-going communists

עם־האָרצות און גראָבקייט זענען אַ צרה אַפֿילו אין די העכסטע רבנישע אינסטאַנצן.

דער ארץ־ישׂראלדיקער ספֿרדישער הויפּט־רבֿ האָט פֿאַרחידושט די וועלט און אויפֿגעבראַכט די רוסישע ייִדן, דורכן באַצייכענען זיי ווי „קאָמוניסטיסטן, גויים, וואָס אַ טייל פֿון זיי גייען אַפֿילו אין קלויסטער אַרײַן‟. די רוסיש־ייִדישע צײַטונגען רודערט נאָך אַלץ וועגן דעם.

איינע פֿון די פֿאַרשיידענע פּראָבלעמען אין דער הײַנטיקער רבנישער וועלט איז דאָס עם־הארצות, צו מאָל אויסגעמישט מיט גראָבקייט. די רוסיש־ייִדישע פּרעסע האָט אָבער אַרויסגעוויזן איר אייגן עם־האַרצות און נישט באַטאָנט געוויסע עלעמענטן אין הרבֿ יצחק יוספֿס אומגעלומפּערטן געדאַנקען־גאַנג.

דעם אמת געזאָגט, איז צווישן די רוסיש־שפּראַכיקע ייִדן אַ קאָמוניסט אָדער אַפֿילו אַ ליבעראַל, וואָס שטימט נישט מיט עקסטרעם־רעכטע אידעען, אַ זעלטענער פֿויגל. פֿון דעסט וועגן, טאָר מען אויך נישט מסכּים זײַן מיט די ווערטער פֿון אורי אַבֿנרי ז״ל, וועלכער האָט באַשולדיקט די רוסישע עולים אין אַלגעמיין אין פּראָ־פֿאַשיסטישע טענדענצן.

אַבֿנריס סטערעאָטיפּ איז אפֿשר פֿאַרשטענדלעך, אָבער אומבאַרעכטיקט. מער ווי איין מאָל האָב איך געהערט ווי רוסישע ייִדן דריקן אויס לויב פֿאַר מוסאָליני, פֿראַנקאָ און פּינאָשע. אַפֿילו בײַם שבתדיקן טיש האָב איך אַזעלכע דרשות געהערט. אין דער זעלבער צײַט, קען איך גענוג פּראָגרעסיווע רוסישע ישׂראלים: אַנאַרכיסטן, טראָצקיסטן, סתּם קאָמוניסטן, לינקע ליבעראַלן, וכּדומה.

אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד האָט מען, צו מאָל אויף אומגעלומפּערטע אופֿנים, געפּריידיקט קעגן ראַסיזם און פֿאַר אומגלײַכקייט צווישן פֿעלקער. אין דער זעלבער צײַט, זענען אינעם לאַנד, אַפֿילו נאָך דער סטאַליניסטישער תּקופֿה, געבליבן שפּורן פֿון אַנטיסעמיטיזם. צי זיי זענען געווען אַ טייל פֿון דער אָפֿיציעלער פּאָליטיק, צי נישט, בלײַבט אומקלאָר. פּערזענלעך, מיין איך, אַז ס׳איז געווען אַ קאָמבינאַציע פֿון פּערזענלעכן אַנטיסעמיטיזם פֿון געוויסע יחידים און דער אַלגעמיינעלער פּאָליטיק צו פֿאַראייניקן — דהײַני, רוסיפֿיצירן — די סאָוועטישע בירגער, וואָס רעדן נאָך אַלץ אויף הונדערטער שפּראַכן.

אַזוי צי אַזוי, האָבן אַ סך רוסישע עולים אַנטוויקלט אויף־צו־להכעיס דעם צוגאַנג, אַז אין דער נײַער נאָך־סאָוועטישער מדינה דאַרף מען איבערקערן די אָפֿיציעלע סאָוועטישע ווערטן: לאָמיר ווערן אויסגעשפּיגענע ראַסיסטן, לאָמיר פֿײַנט האָבן די פּאַלעסטינער שׂינאת־נפֿש… די סאָציאַליסטישע און קאָמוניסטישע געדאַנקען זענען אַ רעלאַטיווע זעלטנקייט אויף דער רוסיש־ייִדישער גאַס. הרבֿ יצחק יוסף האָט געזאָגט זײַן נאַרישקייט, מעגלעך, ווי אַ בכּיוונדיקע פּראָוואָקאַציע.

להיפּוך צו די רוסיש־ייִדישע נײַעסקוואַלן, איז די קאָמבינאַציע פֿון קריסטלעכקייט און לינקע געדאַנקען נישט קיין נאָווענע. ס׳איז גאַנץ פּאָפּולער אין לאַטײַן־אַמעריקע און אין ניו־יאָרק זענען פֿאַראַן פּראָגרעסיווע קלויסטערס.

דאָס האָט אָבער ווייניק צו טאָן מיט אַ געוויסן שיכט עולים פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, וואָס שטאָליצירט מיט זייער אַמאָליקן סאָוועטישן לעבן און טראָגן אין פּרינציפּ אַ צלם. דער פֿאַקט, וואָס אָפֿט טראָגן זיי דאָס אויף אַ דעקאָלטירטער ברוסט ווײַזט, אַז דאָס איז נישט קיין סימן פֿון קריסטלעכער פֿרומקייט, נאָר גיכער פֿון פּראָטעסט. אַ סך מאָל, ווי איך האָב פּערזענלעך געהערט, איז עס אַ רעאַקציע אויף דיסקרימינאַציע מצד געוויזע מינים ישׂראים: וואָס הייסט, איך בין בײַ דיר אַ שיקסע, ווען דו אַליין זעסט אויס ווי אַן אַראַבער? טאָ נאַ דיר אַ צלם אויף מײַן אַנטבלויזטער ברוסט!

אַ ריי חב״ד־רבנים זענען מתּיר די יאָלקע, וואָס בײַ די סאָוועטישע ייִדן ווערט בלויז אַסאָציִיִרט מיטן וועלטלעכן נײַ־יאָר. אַפֿילו די מעשׂה מיט עכטע ניטל־ביימער איז ניט אַזוי פּשוט. נאָך אינעם 19טן יאָרהונדערט זענען זיי אויך געווען אָנגענומען ווי אַלגעמיינע סימבאָלן פֿון דער אייראָפּעיִשער קולטור. אַזאַ מינהג איז, למשל, געווען אָנגענומען בײַ טעאָדאָר הערצל אין שטוב און בײַ גרשום שלום. דער ווינער הויפּט־רבֿ משה (מאָריץ) גידעמאַן, אַן אויסגעשפּראָכענער אַנטי־ציוניסט, האָט זיך געטראָפֿן מיט הערצלען ניטל־צײַט. הערצלס ציוניזם האָט ער באַטראַכט ווי אַפּיקורסות, אָבער די יאָלקע – בלויז ווי אַ דײַטשיש־ייִדישע נאַרישקייט פֿון יענער תּקופֿה.

אַוודאי וווינען אין ארץ־ישׂראל אויך גענוג רוסיש־שפּראַכיקע גויים — און ייִדן — וואָס זענען אָנגעקומען דורך געזעצלעכע מיטלען און זענען טאַקע ערנסטע קריסטן. זיי שטאָלצירן זיך נישט מיט קיין צלם אויף אַן אַנטבלויזטער ברוסט.

אַזוי צי אַזוי, איידער דער חשובֿער הויפּט־רבֿ זאָגט זײַנע שׂינאה־ווערטער נאָכן זען די ברוסטן פֿון רוסיש־ייִדישע פֿרויען, וואָלט אים געווען כּדאַי זיך צו באַקענען מיט דער קאָמפּליצירטער געשיכטע פֿון רוסישע ייִדן און זייער שווערן נײַעם גאַנג אין ארץ־ישׂראל.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.