Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

קיין דאָקטערשע בין איך נישט!I’m no doctor!

חנה־פֿײַגל טערטלטויב באַשרײַבט אירע שמועסן מיט פּאָטענציעלע קאַוואַלירן וואָס רעדן כּסדר וועגן זייערע קראַנקייטן

די דערציילונג איז טייל פֿון אַ זאַמלונג עסייען פֿון דער פּרעכטיקער פֿאָרווערטס־שרײַבערין חנה־פֿײַגל טערטלטויב ז״ל, וואָס מיר האָבן אָנגעהויבן איבערדרוקן אין איר אָנדענק זינט איר דריטן יאָרצײַט אין 2023. כּדי צו לייענען אירע אַנדערע עסייען, גיט אַ קוועטש דאָ.

מיט אַ מאָל הייבט מיר אָן צו קלינגען אַ גאַנצע ריי מענער, וואָס האָבן שוין איין פֿוס אין עולם־הבא.

צוריקגערעדט, זײַנען זיי אַלע בעסער ווי יענער טראַוומע־קרענק פּסיכאָלאָג, וואָס האָט אין אַ רעסטאָראַן זיך צעשריגן אויף מיר, אַז איך בין אַן אַנטיסעמיט. אַזאַ ווילדער מענטש וואָלט נאָך געקענט זײַן אַ רוצח אויך! די אונטערשטע שורה איז, אַז יענע מענער זײַנען נישט געווען פֿאַר מיר. נו, לייענט זשע די ווײַטערדיקע מעשׂיות.

איך האָב געהאַלטן אין מיטן אָרגאַניזירן אַ שבתּון מיטן שדכנות־אָפּטייל פֿון אַ גרויסער ייִדישער אָרגאָניזאַציע אין באָסטאָן, און איך האָב מיטגעאַרבעט מיטן אָנפֿירער פֿונעם אָפּטייל. ער איז געווען אַ צוגעלאָזענער מענטש און בעת מיר האָבן געשמועסט וועגן געזעלשאַפֿטלעכע זאַכן לגבי דעם שבתּון האָב איך זיך אַ ביסל אַראָפּגערעדט פֿון האַרצן און אים דערציילט פֿון מײַן לאַגע, אַז כ׳וואָלט ווידער געוואָלט חתונה האָבן.

אין איינעם אַ שיינעם טאָג קלינגט ער מיר אָן און כיכיקעט אַזוי, אַז איך האָב אים קוים געקענט פֿאַרשטיין. בעניש, כי־כי־כי, עפּעס אַ פֿײַנער מאַן איז געקומען צו אים אין שדכנות־ביוראָ זיך פֿאַרשרײַבן. ער איז מיט אַלע מעלות: אַ שיינער, אַ הויכער, אַ געבילדעטער, און נאָך און נאָך. „גענוג שוין,“ האָב איך אים געזאָגט. „גיב אים מײַן טעלעפֿאָן. כ׳וועל מיט אים רעדן.“

דער שמועס מיט בענישן איז געווען נישקשה. ער האָט זיך אַזוי געפֿרייט, אַז ער האָט נישט געוווּסט וואָס פֿריִער צו טאָן פֿאַר מיר. פֿאַר וואָס זאָל איך אויסגעבן געלט אויף טאַקסיס ווען איך קום אויפֿן שבתון? פֿרעגט ער. ווען איך וועל קומען צו פֿאָרן אין די בערג פֿון ניו־יאָרק, וועט ער מיך שוין אָפּנעמען פֿון פֿליפֿעלד. מיר וועלן גוט פֿאַרברענגען. ער וועט מיך אַרומפֿירן וווּ איך וויל נאָר.

ווען איך בין אַרויס פֿונעם עראָפּלאַן, האָב איך אים נישט באַלד דערקענט. כ׳האָב זיך גוט אַרומגעקוקט. גוט וואָס איך האָב געוואַרט, ווײַל צו מיר איז עמעצער צוגעקומען מיט אַ רויז אין דער האַנט און אַ ווײַסער מאַסקע איבערן מויל. ער האָט אויסגעשטעקט די רויז צו מיר און געפֿרעגט: „חנה? חנה־פֿײַגל?“

 „יאָ,“ האָב איך אים געענטפֿערט.

 „און דו? דו ביסט בעניש?“

 „יאָ,“ האָט ער געזאָגט.

איך בין געשטאַנען פֿאַרגאַפֿט מיט אַ רויז אין איין האַנט און אַ וואַליסקע אין דער צווייטער. ער האָט פֿון מיר די וואַליסקע נישט צוגענומען אָבער אָנגעוויזן, אַז איך זאָל אים נאָכגיין: זײַן אויטאָ שטייט נאָענט צו דער טיר פֿונעם טערמינאַל.

אין אויטאָ האָט ער מיך געפֿרעגט צי איך בין פֿאַרקילט. ווען כ׳האָב געענטפֿערט אַז ניין, האָט ער אַראָפּגענומען די מאַסקע, געלאַכט און געזאָגט, אַז ער מוז ניט כּסדר טראָגן די מאַסקע; נאָר ווען ער קומט צווישן מענטשן.  „איך פֿאַרשטיי נישט,“ האָב איך אַרויסגעשטאַמלט. האָט ער געענטפֿערט, אַז ער האָט יענע מחלה — ראַק, און אָן דער מאַסקע קען ער נישט קומען צווישן מענטשן. „זאָרג זיך נישט, ס’איז נישט אָנשטעקיק, און צוליב דעם וואָס די אָפּעראַציע איז נאָר געווען מיט צען טעג צוריק טאָר איך נישט אויפֿהייבן קיין שווערע פּעק.“ אַהאַ, דערפֿאַר האָט ער מיר נישט געהאָלפֿן מיט דער וואַליסקע.

„אין וואָסער רעסטאָראַן ווילסטו גיין עסן וועטשערע?“ פֿרעגט ער מיך.

„עס וועלן זײַן אַ סך מענטשן יעצט אין וואָסער רעסטאָראַן עס זאָל נישט זײַן. ווי קענסטו עסן ווען דו מוזסט טראָגן די מאַסקע?“ האָב איך אים געפֿרעגט.

„אַאַ, דו פֿאַרשטייסט. דו ביסט אַ שיינע און אַ קלוגע. איך וועל נישט עסן, נאָר דו!“

ס׳איז מיר שוין פֿאַרגאַנגען דער אַפּעטיט. איך האָב געגעבן אַ קוק אויפֿן זייגער און אים געזאָגט, אַז פֿון אויפֿוועקן זיך אַזוי פֿרי און שלעפּן זיך אויף עראָפּלאַנען, בין איך שוין טויט מיד און אין גאַנצן נישט הונגעריק, און די בעסטע זאַך וואָס ער קען פֿאַר מיר טאָן איז מיך פֿירן אין האָטעל. זאָל ער האָבן אַ רפֿואה־שלימה.

מיטן צווייטן מענטש האָב איך זיך אַפֿילו נישט געוואָלט באַקענען. דער טעלעפֿאָן האָט געקלונגען און באַלד נאָך מײַן זאָגן „העלאָ“, האָט ער אָנגעהויבן זײַן מאָנאָלאָג: „איך הייס מאָריס. איך קלינג פֿון ניו־יאָרק. דײַן פֿרײַנדינע ביילע האָט מיר געגעבן דעם טעלעפֿאָן און געזאָגט, אַז איך מעג דיר גלײַך אָנקלינגען. איך וועל בײַ דיר נישט פֿאַרנעמען קיין סך צײַט, און איך אַליין האָב אויך נישט קיין סך צײַט. איך ווייס, אַז איך בין אַ ביסל עלטער פֿון דיר אָבער איך האָב ליב צו גיין אין טעאַטער, אין דער אָפּערע און אין מוזייען, כאָטש צו לאַנג קען איך נישט שטיין אויף די פֿיס. ווען איך ווער מיד אין אַ מוזיי, הייס איך זיך ברענגען אַ רעדלשטול און איך גיב אָפּ דעם אַרבעטער מײַן שטעקן.

„בײַם אַהיימגיין גיב איך ווער עס זאָל נישט זײַן פֿינף דאָלאַר און מע גיט מיר אָפּ דעם שטעקן און מע רופֿט מיר אַ טאַקסי. איך טראָג יעצט אַ פֿלאַסטער אויף דער נאָז ווײַל מ׳האָט מיך נישט לאַנג צוריק אַראָפּגעשניטן עפּעס אַן אָנוווּקס. ס׳איז שוין דאָס צווייטע מאָל, וואָס מע אָפּערירט מיך, און איך האָף — דאָס לעצטע. איך פֿיל זיך לעצטנס נישט מיט אַלעמען ווײַל בײַ מיר איז, ווי בײַ אַלע מענער, געשוואָלן דער פּראָסטאַט, וועק איך זיך אויף פֿיר מאָל אַ נאַכט. וועגן די קלייניקייטן מוזן מיר נישט רעדן יעצט, אָבער כאָטש איך וואָלט מיר דיר געוואָלט מאָרגן ווײַטער רעדן מוז איך, לײדער, גאַנץ פֿרי אַרײַנגיין אין שפּיטאָל. מע זעט שוין ווידער פֿלעקן אויפֿן לעבער און מע מוז מיך ווידער אָפּערירן. אָבער נישט געדאגהט! דעם צווייטן חודש קענען מיר אַרויסגיין, זיך בעסער באַקענען! וואָס זאָגסטו צו דעם?“ און דערבײַ געגעבן אַ טיפֿן זיפֿץ.

איך האָב אויך שטאַרק אָפּגעזיפֿצט און נישט געוווּסט וואָס צו ענטפֿערן.

 „וואָס? וואָס? איך הער נישט אַזוי גוט. רעד העכער,‟ זאָגט ער.

„ווען איך וועל נאָך אַ מאָל זײַן אין ניו־יאָרק וועל איך אײַך אָנקלינגען. אפֿשר וועלן מיר קענען גיין אין מעטראָ מוזיי, גוט? מיר קענען זײַן פֿרײַנד“.

 „איך דאַרף נישט מער קיין פֿרײַנד. איך האָב גענוג פֿרויען פֿרײַנד. איך זוך אַ ווײַב. און אויב נאָך דעם אַלץ וואָס איך האָב דיר דערציילט ביסטו אין מיר נישט פֿאַראינטערעסירט, וועל איך זיך מיט דיר יעצט געזעגענען.“ קליק!

דער קאָפּ האָט זיך מיר געדרייט פֿונעם אימפּעט פֿון זײַן געזעגענען זיך, און עטלעכע סעקונדעס לאַנג האָט זײַן קול מיר געקלונען אין די אויערן. ווען כ׳בין געקומען צו זיך האָב איך טיף אָפּגעאָטעמט און געטראַכט: בעסער אַזוי איידער אַ פֿאַרשלעפּטע באַציִונג.

דעם צווייטן טאָג, ווען איך האָב געקוקט אויף דער אינטערנעץ האָב איך דערזען, אַז איינער פֿון די מענער צו וועמען איך האָב געהאַט געשיקט מײַן פּראָפֿיל מיט עטלעכע חדשים פֿריִער האָט זיך יעצט אָפּגערופֿן. ווער איז דאָס? אַ בוכפֿירער פֿון קאַליפֿאָרניע, אַ ביסל ייִנגער פֿון מיר. דאָס איז מיר געפֿעלן! וואָס נאָך איז מיר געפֿעלן? ער איז כּמעט אַ פּענסיאָנירטער, ער אַרבעט נאָך אונטער אַ ביסל, און ער איז זײער פֿאַראינטערעסירט אין מוזיקאַלישן טעאַטער. ער האָט אַ גוטע שטימע, האָט זייער ליב צו זינגען און דינט אָפֿט ווי אַ חזן אין זײַן שיל. נישקשה, נײן?

נײן! פֿאַר וואָס? ער האָט שוין אָפּגעגט דרײַ ווײַבער (צי זיי האָבן אים אָפּגעגט), און ער לײַדט שטאַרק פֿון צוקערקרענק. ער מוז אײַננעמען אָדער זיך אײַנצפּריצן אינסולין. איז ער אַן עקשן און וויל נישט. ס׳מאַכט נישט אויס, אַז ער האָט שוין נישט איין מאָל אין גאַנצן צעשמעטערט דעם אויטאָ, און איז קוים אַרויס פֿון שפּיטאָל אַ לעבעדיקער. דער איינציקער שאָדן איז געווען אַ גוט צעקלאַפּט אויג, אַזוי אַז ער קען איצט בלויז זען מיטן לינקן. איז וואָס? האָט מען בײַ אים אַוועקגענומען די פֿאָר־ליצענץ און ער פֿאָרט צו זײַנע קליענטן מיט טאַקסיס. ער גייט יעדן טאָג אין געזונטקלוב און הייבט געוויכטן, כּדי צו קאָנטראָלירן דעם צוקער. און עסן, עסט ער כּמעט נישט, נישט וואָס מע וואָלט אָנגערופֿן נאָרמאַל עסן. איין מאָל אין וואָך עסט ער אַ שטיקל טרוקן געבראָטן פֿיש. ווי דערהאַלט ער זיך בײַם לעבן? ער טרינקט עפּעס אַ ספּעציעלן געטראַנק פֿאַר צוקערקרענק: גלוקאָטשע, צי וואָס. ער האָט שוין פֿאַרלוירן נײַנציק פֿונט. ווי דען וועט ער פֿאַרלירן?

אוי, ווער וואָלט זיך אונטערגענומען אַ באַציִונג מיט אַזאַן עקשן, אַזאַ חולה? איך בין נישט קיין דאָקטערשע און איך זוך אַ געזונטן מאַן, נישט קיין פּאַציענט! ווי די מאַמע פֿלעגט מיר אַלע מאָל זאָגן, „מע לייגט נישט קיין געזונטן קאָפּ אַרײַן אין אַ קראַנקן בעט!“

דעם אמת געזאָגט, בענק איך נאָך איינעם וואָס פֿאַר אַ גאַנצן חודש נאָך דעם וואָס איך האָב אים אָפּגעזאָגט, האָט ער צו מײַן ענטפֿער־מאַשינקע געזונגען קאָל פּאָרטער ליבע־לידער, און פֿרײַטיק פֿאַר שבת — „אשת חיל‟ און קידוש.

אפֿשר וועל איך נאָך אַ מאָל געפֿינען אַ געזונטן, וואָס וועט מיך סערענאַדירן?

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.

If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.

Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism. 

—  Rukhl Schaechter, Yiddish Editor

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.