Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

פּרעהס טאָכטער, די צדיקתPharaoh’s daughter, a righteous woman

ווי אַזוי קענען מיר באַלעבן די שעפֿערישע ייִדישקייט פֿון אַמאָל?

פּרעהס טאָכטער — לויט אונדזער מסורה האָט זי געהייסן בתיה — איז אַמאָל געגאַנגען צום טײַך ניל, און דערזען אַ שיפֿעלע מיט אַ קינד. זי האָט אויפֿגעהאָדעוועט דאָס קליינע משהלע, דעם קומענדיקן גואל פֿון ייִדן. לויט אַ באַקאַנטער לעגענדע, איז זי געווען אַ גרויסע צדיקת, וועלכע האָט זוכה געווען צום אייביקן לעבן. בײַ די צפֿון־אַפֿריקאַנער ייִדן זענען באַקאַנט מעשׂיות, אַז זי באַווײַזט זיך צומאָל עמעצן צו ראַטעווען אָדער צו וואָרענען.

די מעשׂה וועגן דער בת־פּרעה ווערט חנעוודיק געשילדערט אין איינער פֿון די עלטסטע שילן אין דער וועלט, אין דער אוראַלטער מולטי־קולטורולער שטאָט דוראַ־אייראָפּאָס, וווּ עס האָבן בשלום געוווינט גריכן, רוימער, פּערסן און ייִדן. איצט איז דוראַ־אייראָפּאָס אויפֿן שטח פֿון סיריע. צום באַדויערן, איז די שטאָט מיט עטלעכע יאָר צוריק אַכזריותדיק באַרויבט און צעשטערט געוואָרן דורך „אײַסיס‟. צום גליק, בלײַבן אַ סך פֿרעסקאָ־מאָלערײַען פֿון די אָרטיקע שילן אָפּגעהיט אינעם נאַציאָנאַלן מוזיי פֿון דמשׂק.

די נטיה צו אַכזריות און שׂינאה צו קונסט־אָביעקטן איז, צום באַדויערן, נישט אין גאַנצן פֿרעמד אויף דער ייִדישער גאַס. ווען איך האָב געוווינט אין מאָנסי און וויליאַמסבורג, האָט מיך ממש שאָקירט, אַז אין די חדרים און קינדערגאָרטנס גיט מען די קינדערלעך ביכלעך אויף ייִדיש, וואָס שטעלן פֿאַקטיש דעם גאַנצן טראָפּ פֿון דער מעשׂה מיט משה רבינו און יציאת־מצרים אויף די מכּות, מיט וועלכע דער אייבערשטער האָט „באַשטראָפֿט די גויים‟. צום מערסטן עקלדיק איז געווען אַ ביכל, וווּ די קינדער קאָנען מיט קרײַדלעך און בלײַערס באַפֿאַרבן דאָס בלוט, וואָס האָט זיך געגאָסן פֿון מיצרישע קינדער, צעריסענע און אויפֿגעגעגעסנע דורך ווילדע חיות. אינעם צענטער פֿון דער סצענע איז געווען אָנגעצייכנט, גאַנץ אַנאַכראָניסטיש און אומגעלומפּערט, אַ „הצלה‟־אַמבולאַנץ, וועלכע האָט גאָרנישט געטאָן צו ראַטעווען די מיצרים פֿון די מכּות.

אין אַ וועלטלעכער סבֿיבֿה וואָלטן די עלטערן, גאַנץ באַשײַמפּערלעך, באַשולדיקט די שול־אַדמיניסטראַציע פֿאַרן טראַוומאַטיזירן די תּלמידים מיט אַזאַ ווילדן מאַטעריאַל. קיין מעשׂיות וועגן בתיה, אומגעלומפּערטע צי נישט, האָב איך אין די חרדישע קינדערביכלעך קיינמאָל נישט געזען. הײַנט איז אוממעגלעך זיך פֿאָרצושטעלן יענע פֿרעסקאָ־מאָלערײַ אין דער אוראַלטער סירישער שיל, וווּ אַ נאַקעטע פֿרוי ראַטעוועט דעם קליינעם משה. געוויינטלעך, עקסיסטירן פֿרויען בכלל נישט אין דער הײַנטיקער חרדישער ליטעראַטור, בפֿרט אין אַזעלכע קרײַזן, ווי די סקווערער און אַפֿילו מער מעסיקע און שׂכלדיקע ווי די סאַטמאַרער.

פֿאַרשטייט זיך, האָט דער מצבֿ אין ייִדישע קהילות זיך אַ סך געביטן זינט יענע שיל אין דער אוראַלטער סיריע איז אויפֿגעשטעלט געוואָרן אינעם 3טן יאָרהונדערט. דאָס מיינט נישט אָבער, אַז גראָבקייט, אַכזריות, פֿאַראַכט צו פֿרויען קען זײַן באַרעכטיקט. דער הײַנטיקער שבת, כ״א טבֿת, איז דער טאָג, ווען הרבֿ משה־אַבֿיגדור עמיאל (1882־1945) איז געוואָרן דער הויפּט־רבֿ פֿון תּל־אָבֿיבֿ, אינעם יאָר 1935. להיפּוך צו געוויסע הײַנטיקע רבנים, האָט ער שטאַרק געגלייבט אין גלײַכקייט צווישן ייִדן, מוסולמענער, קריסטן, מענער און פֿרויען. אַ געבוירענער אין פּאָראָזעווע, הײַנט רײַסן, האָט ער געלערנט אין די באַרימטע ישיבֿות פֿון טעלז און בריסק און נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה געדינט ווי אַ רבֿ אין אַנטווערפּן.

הרבֿ עמיאל האָט זיך געהאַלטן פֿאַר אַ ציוניסט און האָט זיך באַטייליקט אין דער „מזרחי‟־באַוועגונג. זײַן צוגאַנג צו ציוניזם דערמאָנט אָבער גיכער די אַנאַרכאָ־פּאַציפֿיסטישע שיטה פֿון מאַרטין בובער. אַ גאַנצן ספֿר, „הצדק הסוציאלי והצדק המשפּטי והמוסרי שלנו‟, האָט ער געווידמעט דעם סאָציאַלן יושר און סאָציאַליסטישע אידעאַלן. מיט צענדליקער ראַיות, ווײַזט ער, ווי אַזוי דער פּראָגרעסיווער געדאַנקען־גאַנג שטימט מיט דער תּורה־הקדושה. ער האָט געגלייבט, אַז אויב אַפֿילו צווישן אַ מחנה פֿון אַ טויזנט שׂונאים — רעדנדיק בפֿירוש פֿון די אַראַבער — קאָן זיך טרעפֿן אַן אומשולדיקער מענטש, טאָר מען קיינעם פֿון זיי נישט הרגענען.

אינעם טוץ ספֿרים, וואָס ער האָט אָנגעשריבן, באַווײַזט זיך כּסדר די טעמע פֿון אַחדות, שלום צווישן אַלע מענטשן און אַנדערע ענינים, וואָס געוויסע הײַנטיקע רבנים באַהאַנדלען מיט פֿאַראַכט און אַפֿילו באַטראַכטן, חלילה, ווי „אַנטי־תּורהדיקע‟. עס ווילט זיך האָפֿן, אַז מיר קענען געפֿינען אַ וועג צו יענעם פֿרידלעכן און שעפֿערישן מין ייִדישקייט, וואָס ווערט רעפּרעזענטירט אין די פֿרעסקאָ־בילדער פֿון דער צעשטערטער סירישער שיל.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.