אָוונט לכּבֿוד יאָני פֿײַנס מאָלערײַען און פּאָעזיעAn evening with Yoni Fain’s paintings and poetry
פּאָעטן און קינסטלער וועלן אַרומרעדן דעם מאָלערס קונסטווערק און פֿאָרלייענען זײַנע און אַנדערע הײַנטצײַטיקע לידער.

Graphic by Angelie Zaslavsky
די ייִדיש־רעדנדיקע ליבהאָבער פֿון דער מאָדערנער קונסט וועלן האָבן אַ זעלטענע געלעגנהייט זיך צו דערוויסן וועגן די מאָלערײַען פֿון אַ הויך געשעצטן קינסטלער אויף מאַמע־לשון.
אין צוזאַמענהאַנג מיט אַ קונסט־אויסשטעלונג פֿון יאָני פֿײַנס מאָלערײַען און צייכענונגען וועט דער קינסטלער יעווגעני פֿיקס און די קוראַטאָרין קאַטערין קאַרל רעדן וועגן יאָני פֿײַנס קונסטווערק אויף ייִדיש און ענגליש. שבֿע צוקער וועט פֿאָרלייענען פֿון פֿײַנס פּאָעזיע אין איינעם מיט אַן ענגלישער איבערזעצונג. מע האָט אויך פֿאַרבעטן צוויי אַנדערע ייִדישע פּאָעטן — גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט און באָריס סאַנדלער — זיי זאָלן פֿאָרלייענען זייערע אייגענע לידער. מע וועט אויך ווײַזן דעם דאָקומענטאַר־פֿילם „יאָני פֿײַן: מיט פּען און פּענדזל‟, וואָס די ייִדיש־ליגע האָט אַרויסגעלאָזט נאָך פֿײַנס פּטירה. דער פֿילם איז אַ טייל פֿון דזשאַש וואַלעצקיס סעריע דאָקומענטאַר־פֿילמען וועגן ייִדישע שרײַבער.
יעווגעני פֿיקס, וואָס אָרגאַניזירט די פּראָגראַם, האָט איבערגעגעבן דעם פֿאָרווערטס, אַז ער וויל אונטערשרײַכן די פֿאַרבינדונגען צווישן דער ייִדישער ליטעראַטור און דער מאָדערנער קונסט.
די פּראָגראַם וועט פֿאָרקומען מיטוואָך, דעם 5טן פֿעברואַר, אין דער „דזשיימס־גאַלעריע‟ בײַם צענטער פֿאַר הומאַניסטיק פֿונעם ניו־יאָרקער שטאָטישן אוניווערסיטעט (365 פֿינפֿטע עוועניו, ערשטע שטאָק), 6:30 אין אָוונט. נאָך אינפֿאָרמאַציע, קוועטשט דאָ.
יאָני פֿײַן איז געווען אַן אָנגעזעענע פֿיגור אויף דרײַ געביטן: די ייִדישע ליטעראַטור, די קונסטוועלט און דאָס געזעלשאַפֿטלעכע לעבן פֿון די ייִדישיסטישע קרײַזן אין ניו־יאָרק. פֿײַן, וואָס איז געבוירן געוואָרן אין קאַמענעץ־פּאָדאָלסק, איז געקומען קיין ווילנע ווי אַ יונג קינד און האָט ערבֿ דער צווייטער וועלט־מלחמה געוווינט אין וואַרשע. בעת די מלחמה־יאָרן האָט ער געוווינט אין יאַפּאַן און כינע. אין 1947 האָט ער זיך באַזעצט אין מעקסיקע, וווּ ער איז געוואָרן אַ באַקאַנטער מאָלער און פּאָעט. דער באַרימטער מעקסיקאַנער קינסטלער דיִעגאָ ריוועראַ איז געווען זײַנעם אַ שטיצער און האָט אַפֿילו אָרגאַניזירט אויסשטעלונגען פֿון זײַנע מאָלערײַען.
נאָכן באַזעצן זיך אין ניו־יאָרק אין 1953 איז פֿײַן געוואָרן אַן אַקטיווער כּלל־טוער אויף דער ייִדישער גאַס. ער האָט אָנגעפֿירט מיטן ייִדישן פּען־קלוב, געדינט ווי דער פּרעזידענט פֿונעם ייִדישן קולטור־קאָנגרעס און רעדאַקטירט עטלעכע ייִדיש־שפּראַכיקע זשורנאַלן. גלײַכצײַטיק איז ער געווען אַ קונסטלערער און ווײַטער געשאַפֿן לידער און מאָלערײַען. פֿײַן איז געבליבן אַקטיוו אויף אַלע פֿראָנטן ביז עטלעכע יאָר פֿאַר זײַן אַוועקגיין צו הונדערט יאָר אין 2013.
במשך פֿון די לעצטע פּאָר יאָר איז אין דער קונסטוועלט ווידער געוואַקסן דער אינטערעס צו זײַנע מאָלערײַען. פֿײַן ווערט הײַנט באַטראַכט ווי אַ פֿאַרבינדונג צווישן די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדישע קונסט־טראַדיציעס און די מאָדערניסטישע טענדענצן פֿון דיעגאָ ריוועראַ.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news. All donations are still being matched by the Forward Board - up to $100,000 until April 24.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.

