ווידעאָ: ווי אַזוי ייִדיש־רעדער באַגריסן זיךWATCH: How Yiddish speakers greet each other
שטייענדיק אין גרענד סענטראַל סטיישאָן כאַפּט דער לינגוויסט לייזער בורקאָ אַ שמועס מיט עטלעכע חסידישע יונגע לײַט.

Graphic by Angelie Zaslavsky
אין דעם ערשטן קאַפּיטל פֿון דער פֿאָרווערטס־ווידעאָ־סעריע „לאָמיר רעדן ייִדיש‟, ווײַזט דער ייִדישער לינגוויסט לייזער בורקאָ די צוקוקער ווי אַזוי ייִדן באַגריסן זיך אויף מאַמע־לשון.
שטייענדיק אין גרענד סענטראַל סטיישאָן אין מאַנהעטן, כאַפּט בורקאָ אַ שמועס מיט עטלעכע חסידישע יונגע לײַט, שאַפֿנדיק אַ היימישע אַטמאָספֿער אין דער ריזיקער וועלט־באַרימטער באַן־סטאַנציע.
הגם ס׳רובֿ פֿאָרווערטס־ווידעאָס ווערן באַגלייט מיט ענגלישע אונטערקעפּלעך, זענען די אונטערקעפּלעך דווקא אויף ייִדיש — אַ מעלה פֿאַר די צוקוקער וואָס ווילן פּרוּוון פֿאַרשטיין דעם דיאַלאָג אָן דער הילף פֿון דער איבערזעצונג.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
