אַוואַנסירטע ייִדיש־קלאַסן בײַם אַרבעטער־רינגAdvanced Yiddish classes at the Workers Circle
צווישן די טעמעס: די אונטערוועלט אין יצחק באַשעוויסעס ראָמאַנען און שטומע ייִדישע פֿילמען פּראָדוצירט אין אייראָפּע און אַמעריקע.
מע קען זיך איצט רעגיסטרירן אויף אַ ריי אַוואַנסירטע אָנלײַן־קורסן אויף ייִדיש, וואָס ווערן געלערנט דורך באַקאַנטע פּראָפֿעסאָרן און מומחים פֿון דער ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור. די קלאַסן, וואָס ווערן אָרגאַניזירט און קאָאָרדינירט דורכן „אַרבעטער־רינג‟, וועלן זיך אָנהייבן די ערשטע וואָך מאַרץ. די פּראָגראַם נעמט אַרײַן די ווײַטערדיקע קורסן און לערער:
„ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט‟ און די ליטעראַרישע ווערק אָנגעשריבן פֿון זײַנע מיטגלידער, געלערנט פֿון ד׳׳ר גענאַדי עסטרײַך.
ייִדישע סטיליסטיק צו העלפֿן סטודענטן בעסער רעדן און שרײַבן אויף ייִדיש, געלרענט פֿון ד׳׳ר דוד קאַץ.
די שרײַבער־גרופּע „יונג־ישׂראל‟, געלערנט פֿון ד׳׳ר מרים טרין.
אַ ליטעראַטור־קורס וווּ מע וועט לייענען אויסצוגן פֿון אויטאָביאָגראַפֿיעס און פּערזענלעכע עסייען פֿון יוסף בולאָף, שמערקע קאַטשערגינסקי, גינע מעדעם, אורקע נאַטשאַלניק, שׂרה שענירער און אסתּר ראָזענטאַל שנײַדערמאַן; געלערנט פֿון ד״ר שבֿע צוקער.
„צען ווייניק באַקאַנטע ייִדישע שרײַבער‟ וווּ מע וועט לייענען ווערק פֿון איזי כאַריק, זישע לאַנדוי, שלמה סוסקאָוויטש, י. עפֿרויקין, מענדל מאַן, שיקל פֿישמאַן, ש. ל. ציטראָן, ס. פּאַלמע און די ייִדישע שריפֿטן פֿון אַבאַ קאָוונער. געלערנטט פֿון ד׳׳ר אַבֿרהם ליכטנבוים.
„פֿאָלקס־מעשׂיות, מעשׂיות פֿון צאינה וראינה און חסידישע מעשׂיות, וואָס האָבן געווירקט אויף דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור‟. געלערנט פֿון ד׳׳ר אַבֿרהם ליכטנבוים.
„פֿינף פֿון די בעסטע דערציילונג־שרײַבער אויף ייִדיש: אַבֿרהם רייזען, זלמן ווענדראָף, יונה ראָזענפֿעלד, דוד בערגעלסאָן און משה נאַדיר‟ — אַלע ווערק האָט מען געשריבן פֿאַרן יאָר 1918 .געלערנט פֿון ד׳׳ר יצחק ניבאָרסקי
אַחוץ די לענגערע קורסן וועט די פּראָגראַם אויך אַרײַננעמען עטלעכע מיני־קורסן:
אַ קורס וועגן די פֿאַרגעסענע ראָמאַנען פֿון יצחק באַשעוויס וועגן דער אונטערוועלט, וואָס זענען דערשינען אינעם פֿאָרווערטס אָבער קיינמאָל ניט געדרוקט געוואָרן אויף ייִדיש צווישן טאָוולען. מע וועט לייגן דעם טראָפּ אויף באַשעוויס׳ דיאַלעקט און דעם ייִדישן סלענג פֿון דער וואַרשעווער אונטערוועלט. געלערנט פֿון ד׳׳ר לייזער בורקאָ
„די שטומע פֿילמען אויף ייִדישע טעמעס געשאַפֿן דורך ייִדן אין די ערשטע יאָרן פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט‟. געלערנט פֿון ד׳׳ר בער קאָטלערמאַן.
די השפּעה פֿון י. ל. פּרץ אויף באַשעוויסן און ווי באַשעוויס האָט זיך באַנוצט מיט פּרצס סימבאָליסטיק. געלערנט פֿון שיין בייקער.
„די קאָצקער חסידים אין דער ייִדישער ליטעראַטור‟, וווּ מע וועט לייענען טיילן פֿון יוסף אָפּאַטאָשוס „אין פּוילישע וועלדער‟, שלום אַשס „דער תּהילים־ייִד‟ און מנשה אונגערס „פּשישקע און קאָצק‟. געלערנט פֿון ד׳׳ר מײַקל וועקס.
די לענגערע אינטערנעץ־קורסן קאָסטן 340$. מיני־קורסן: 170$ נאָך אינפֿאָרמאַציע, אָדער זיך צו פֿאַרשרײַבן, קוועטשט דאָ
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO