דער משיחישער עלעמענט אין וועלטלעכע ראַדיקאַלע באַוועגונגעןThe Messianic element in secular radical movements
לויטן קלאַסישן חסידישן רבין, ר׳ב קלמן עפּשטיין, איז מרים הנבֿיאה געווען אַ גײַסטיקע רעוואָלוציאָנערקע.
אונדזער פּרשה הייבט זיך אָן מיט דער קריעת־ים־סוף. פּרעה האָט געוואָלט נאָכיאָגן די געוועזענע ייִדישע שקלאַפֿן, נאָר על־פּי־נס האָט דער ים זיך צעשפּאָלטן; ייִדן זענען בשלום אַריבערגעגאַנגען דעם ים, און זייערע שׂונאים זענען דערטרונקען געוואָרן.
די באַפֿרײַטע האָבן געזונגען אַ לויבגעזאַנג, הייסט דער הײַנטיקער יום־מנוחה „שבת־שירה‟.
מרים הנבֿיאה האָט דעמאָלט גענומען קלאַפּן אין אַ פּויק און אַלע פֿרויען האָבן געטאַנצט און געזונגען אַן אייגן ליד. אין זײַן קלאַסישן ספֿר „מאור ושמש‟ באַטאָנט דער חסידישער רבי קלונימוס־קלמן עפּשטיין, אַז אין יענעם מאָמענט האָבן ייִדן דערגרייכט אַ משיחישע מדרגה: אַלע חילוקים צווישן מענער און פֿרויען, אַלע היעראַרכיעס, זענען בטל געוואָרן. שפּעטער, מחמת דעם חטא־עגל־הזהבֿ, זענען זיי אַראָפּגעפֿאַלן צוריק צו זייער פֿריִערדיקן מצבֿ.
דער דאָזיקער פּירוש האָט צוגעצויגן דעם אויפֿמערק פֿון הײַנטיקע פֿעמיניסטן. ד״ר נחמיה פּאָלען, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון יודאַיִסטיק בײַם באָסטאָנער „העברעיִשן קאָלעדזש‟, באַטאָנט, אַז רבי עפּשטיין קלינגט גאַנץ ראַדיקאַל. מרים הנבֿיאה איז בײַ אים געווען אַ מין גײַסטיקע רעוואָלוציאָנערקע.
אַ ריי רבנים באַמערקן, אַז אין די וועלטלעכע רעוואָלוציאָנערע באַוועגונגען, אויב אַפֿילו זיי זאָגן זיך אָפּ אין גאַנצן פֿון אמונת־השם, שלאָגט זיך צו מאָל אָפּ אַן עכטער משיחישער גײַסט. הרבֿ אַבֿרהם־יצחק קוק האָט געשריבן, אַז אַ פּרינציפּיעלער אַטעיִסט זוכט אויך דעם רבונו־של־עולם, אָבער שטעלט זיך אָפּ אין מיטן וועג.
דעם הײַנטיקן מוצאי־שבת פֿאַלט אויס דער יאָרצײַט פֿון דער טראַגיש אומגעקומענער ייִדישער רעוואָלוציאָנערקע ראָזע לוקסעמבורג (1871־1919). הגם אַ פּאָעטעסע און זינגערין אינעם בוכשטעבלעכן זין איז זי נישט געווען, הערט זיך אין אירע פּערזענלעכע און פּאָליטישע בריוו אַ ראָמאַנטיש־פּאָעטישער און אַפֿילו נבֿיאיִשער גײַסט. איר געשטאַלט און טראַגיש לעבן האָט באַגײַסטערט אַ ריי גרויסע פּאָעטן ווי, צום בײַשפּיל, בערטאָלט ברעכט און פּאָל סעלאַן.
אַ סך היסטאָריקער באַמערקן, אַז די טעטיקייט און געדאַנקענגאַנג פֿון ראָזע לוקסעמבורג און אירע מיטדענקער איז געווען דורכגעזאַפּט מיט אַ וועלטלעכן מין משיחישקייט, מיט דער אוטאָפּישער אמונה אין אַ ליכטיקער צוקונפֿט.
ראָזע לוקסעמבורג איז געבוירן געוואָרן אין זאַמאָשטש, פּוילן. איר מאַמע איז געווען אַ פֿרומע, און דער טאַטע — אַ וועלטלעכער ליבעראַל. אַזוי ווי אַנדערע פּוילישע ייִדן, האָט זי, אַוודאי, פֿאַרשטאַנען ייִדיש; בײַ איר אין דער היים האָט מען אָבער גערעדט אויף דײַטשיש און פּויליש. אין וואַרשע האָט זי זיך געלערנט אין אַ רוסישער גימנאַזיע.
אין 1886, זײַענדיק נאָך אַ יונג מיידל, איז לוקסעמבורג אַרײַן אין דער לינקער פּאַרטיי „פּראָלעטאַריאַט‟ און אָנגעהויבן אָרגאַניזירן אַן אַלגעמיינעם שטרײַק. די טעטיקייט איז געווען זייער אַ מסוכּנע: פֿיר פֿון די שטרײַק־אָרגאָניזאָטאָרן האָבן באַקומען טויטשטראָף.
נאָכן פֿאַרענדיקן די פֿרויען־גימנאַזיע, איז ראָזע אַוועקגעפֿאָרן קיין ציריך צו שטודירן אין אוניווערסיטעט פֿילאָסאָפֿיע, עקאָנאָמיק, מאָטעמאַטיק און אַנדערע געביטן פֿון וויסנשאַפֿט. ווען זי האָט פֿאַרטיידיקט איר דיסערטאַציע, איז זי געוואָרן אין יענער צײַט איינע פֿון די איינציקע פֿרויען מיט אַ דאָקטאָראַט.
האָבנדיק גאָר אַ שאַרפֿן שׂכל און אַ גלענצנדיקע בילדונג, זײַענדיק דערצו זייער אַן עמאָציאָנעלע פֿרוי מיט אַ משיחישן אימפּעט, האָט ראָזע לוקסעמבורג געמאַכט אַ צויבערישן רושם מיט אירע רייד און ווערק. צו דער אָקטאָבער־רעוואָלוציע אין רוסלאַנד האָט זי זיך באַצויגן זייער קריטיש, אָבער מיט אַ גרויסן אינטערעס. זי האָט באַשלאָסן, אַז אין דײַטשלאַנד, וווּ זי האָט געוווינט זינט 1898, איז אויך געקומען די צײַט דורכצופֿירן אַ סאָציאַליסטישע רעוואָלוציע.
אין נאָוועמבער 1918 האָט זיך אין דײַטשלאַנד טאַקע אויפֿגעפֿלאַקערט אַן איבערקערעניש. דער דײַטשישער קאַנצלער פֿרידריך עבערט האָט באַפֿוילן צו צעשטערן די לינק־ראַדיקאַלע כּוחות. דעם 15טן יאַנואַר האָט מען געכאַפּט און דערשאָסן ראָזע לוקסעמבורג צוזאַמען מיט איר פּאָליטישן חבֿר קאַרל ליבקנעכט. מיט עטלעכע חדשים שפּעטער, אין אויגוסט 1919, האָט די דײַטשישע רעוואָלוציע זיך פֿאַרענדיקט.
אַזעלכע רעוואָלוציאָנערע פֿיגורן פֿון 100 יאָר צוריק איז שווער צו פֿאַרגלײַכן מיט די הייליקע תּורה־פּערסאָנאַזשן. פֿון דעסט וועגן, האָט אין זיי געברענט אַן ערנסטער, מסירת־נפֿשדיקער נשמה־פֿלאַם. אויף אַ מאָדערנעם סעקולערן שטייגער האָבן זיי געהאָפֿט צו דערנעענטערן און פֿאַרווירקלעכן יענע משיחישע פֿרײַהייט, וואָס מרים הנבֿיאה האָט, לויט „מאור ושמש‟, באַזונגען מיט אַלע פֿרויען, באַפֿרײַטע פֿון שקלאַפֿערײַ, אויף אַ ניסימדיקן אופֿן.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor