Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

וויפֿל האָט מען איבערגעזעצט פֿון ייִדיש אין 2019?How much Yiddish literature was translated in 2019?

העברעיִש איז אַ מאָל געווען די הויפּטשפּראַך פֿון ייִדישע ליטעראַרישע איבערזעצונגען; הײַנט איז עס ענגליש

אַזוי ווי יעדעס יאָר, האָט דער אָנלײַן־זשורנאַל פֿון ייִדיש־פֿאָרשונג „אין געוועב‟ פּובליקירט אַ ריי ביבליאָגראַפֿיעס וואָס גיבן איבער אויף איין פֿוס דעם מצבֿ פֿונעם אַקאַדעמישן געביט. מיר איז באַזונדערס אינטערעסאַנט די יערלעכע רשימה פֿון ביכער, דערציילונגען, מעשׂיות און עסייען, וואָס מע האָט איבערגעזעצט פֿון ייִדיש אויף אַנדערע שפּראַכן.

די רשימה האָט צונויפֿגעשטעלט דניאל קענעדי, דער איבערזעצונג־רעדאַקטאָר בײַם „אין געוועב‟ (כּדאַי צו דערמאָנען אַז צוויי ייִדישע ראָמאַנען אין זײַן איבערזעצונג זענען אַרויס אין 2019).

אַז מע קוקט איבער די רשימה, זעט מען באַלד, אַז עס פֿיגורירן אַ סך מער איבערזעצונגען פֿון ייִדיש אויף ענגליש ווי אויף אַנדערע שפּראַכן. אַוודאי איז דאָס צום טייל צוליב דעם, וואָס ס׳איז די ענגליש־רעדנדיקע גרינגער זיך צו דערוויסן וועגן אַן איבערזעצונג פֿון אַ ליד אין אַ ווייניק באַקאַנטן זשורנאַל אויף ענגליש ווי איינע וואָס איז דערשינען אויף העברעיִש צי שפּאַניש. ס׳איז אָבער אויך אמת, אַז בכלל זעצט מען איבער די ייִדישע ליטעראַטור מער אויף ענגליש, ווי אויף אַנדערע שפּראַכן. מיט 80 יאָר צוריק האָט מען געשאַפֿן אַ סך מער איבערזעצונגען פֿון ייִדיש אויף העברעיִש איידער ייִדיש אויף ענגליש, אָבער אין דער רשימה פֿון 2019 פֿיגורירן צענדליקער איבערזעצונגען פֿון ייִדיש אויף ענגליש. אָבער פֿון ייִדיש אויף העברעיִש — בלויז איינע. ס׳זענען פּשוט דאָ מער ענגלישע איבערזעצער וואָס זענען גרייט אָפּצוגעבן צײַט אויף אַזאַ מלאָכה, אפֿילו אויב עס ברענגט ווייניק פֿינאַנציעלע ברכות. דערצו זענען אויך דאָ מער רעדאַקטאָרן און פֿאַרלעגער וואָס ווילן פֿאַרעפֿנטלעכן איבערזעצונגען פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אויף ענגליש ווי בײַ אַנדערע שפּראַכן. די סיבות דערפֿאַר זענען מיר ניט אין גאַנצן קלאָר (עס וואָלט געווען אַ וווּנדערלעכע טעמע פֿאַר אַ דאָקטאָראַט־טעזיס) אָבער איך בין זיכער, אַז די איבערזעצונג־סטיפּענדיע בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ איז אַן עיקרדיקער פֿאַקטאָר. ניט בלויז האָט די פּראָגראַם אויסגעשולט מער ווי 70 איבערזעצער, נאָר זי האָט אויך צוגעצויגן אַ סך אינטערעס צו דער ייִדישער ליטעראַטור בײַ פֿאַרלעגער, רעדאַקטאָרן און די געזעלשאַפֿטן וואָס גיבן זיך אָפּ מיט ליטעראַרישער איבערזעצערײַ.

אַחוץ העברעיִש און ענגליש געפֿינט מען אין דער רשימה איבערזעצונגען פֿון ייִדיש אויף ווײַסרוסיש, איטאַליעניש, דײַטשיש, רוסיש, פּויליש און פֿראַנצייזיש. אויף ענגליש זענען אַרויס אַכט ביכער פֿון איין מחבר, אַרום 30 פֿאַרשידענע דערציילונגען און צענדליקער לידער, ווי אויך בריוו, עסייען וכדומה. אויף פֿראַנצייזיש זענען אַרויס צוויי וואָגיקע ראָמאַנען פֿון מענדעלע און ה. לייוויק, און אויף העבעריִש — אַ זאַמלונג לידער פֿון ציליע דראָפּקין.

איין אינטערעסאַנטע איבערזעצונג אויף דער רשימה איז דער ראָמאַן „משיח בן־אפֿרים‟ פֿון משה קולבאַק אויף ווײַסרוסיש (איבערזעצער: סיאַרהיי שופּאַ). קולבאַקס טראַגישער גורל איז ענג פֿאַרבונדן מיט דער ווײַסרוסישער שפּראַך. ער, צוזאַמען מיטן ייִדישן פּאָעט איזי כאַריק, זענען דעם 29סטן אָקטאָבער 1937 דערשאָסן געוואָרן אויף סטאַלינס באַפֿעל צוזאַמען מיט מער ווי הונדערט אָנפֿירנדיקע ווײַסרוסיש־שפּראַכיקע שרײַבער, רעדאַקטאָרן און אינטעליגענטן. נאָכן פּאָגראָם אויף די ווײַסרוסישע שרײַבער איז די ווײַסרוסישע ליטעראַטור קיינמאָל ניט געקומען צו זיך. כאָטש די שפּראַך אַליין איז הײַנט אַן אָפֿיציעלע אין ווײַסרוסלאַנד, ווערט זי קוים גענוצט אין די שולן אָדער אין דער מעדיע. הייסט עס, אַז אַן איבערזעצונג פֿון ייִדיש אויף ווײַסרוסיש איז אַ מין פּראָטעסט קעגן דער אונטערדריקונג פֿון די צוויי שפּראַכן, בפֿרט ווען עס גייט אַ רייד וועגן משה קולבאַקן.

דרך־אגבֿ, ס׳איז אין גאַנצן צופֿעליק אָבער עטלעכע וואָכן איידער עס האָט זיך פֿאַרשפּרייט די ידיעה, אַז מע קען שוין באַשטעלן „הערי פּאָטער‟ אויף מאַמע־לשון, איז דער ראָמאַן צום ערשטן מאָל דערשינען אויף ווײַסרוסיש. הייסט עס אַז קולבאַקס ראָמאַן און דזש. ק. ראָולינגס בעסטסעלער געפֿינען זיך אפֿשר הײַנט זײַט בײַ זײַט אויף די פּאָליצעס אין אין די מינסקער ביכערקראָמען.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.