ניו־יאָרקער קאָנצערט: „זאָל זײַן — ייִדישע לידער ווי געזאַנג‟New York concert: “Zol Zayn: Yiddish Poetry in Song”
מרדכי־צבֿי ראָסל, עלינאָר ריסאַ און שׂרה־מינע גאָרדאָן וועלן זינגען לידער פֿון אַ ריי באַרימטע ייִדישע שרײַבער.
ווי אַ טייל פֿון די פֿײַערונגען לכּבֿוד 40 יאָר פֿונעם „ייִדישן ביכער־צענטער‟, אָרדנט די אָרגאַניזאַציע אײַן אַ סעריע קאָנצערטן, רעפֿעראַטן און קאָנפֿערענצן איבער גאַנץ אַמעריקע. די ערשטע פּראָגראַם אַזאַ אין ניו־יאָרק וועט זײַן אַ קאָנצערט בײַם „סימפֿאָני־ספּייס‟, אין וועלכן דרײַ באַקאַנטע זינגער וועלן אויפֿטרעטן מיט לידער פֿון באַרימטע ייִדישע פּאָעטן.
אינעם קאָנצערט, „זאָל זײַן — ייִדישע לידער ווי געזאַנג‟, וואָס וועט פֿאָרקומען מיטוואָך, דעם 1טן אַפּריל, וועלן אויפֿטרעטן די זינגער מרדכי־צבֿי ראָסל (באַגלייט פֿון דימיטרי גאַסקין), שׂרה־מינע גאָרדאָן און עלינאָר ריסאַ. מע וועט זינגען לידער פֿון ציליע דראָפּקין, איציק מאַנגער, לייב נײַדוס, מאָריס ראָזענפֿעלד, דוד עדעלשטאַט, ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן, אַבֿרהם סוצקעווער, רחל קאָרן און נאָך.
מע וועט אויך הערן דעם טרומייט־שפּילער פֿרענק לאָנדאָן, דעם גיטאַר־שפּילער יאָשי פֿרוכטער, דעם פֿידלער איילעם באַסאַלדי און דעם פּײַקלער דיפּ סינג. ד׳׳ר אילן סטאַוואַנס וועט דינען ווי דער קאָנפֿעראַנסיע.
אַחוץ דער מוזיק גופֿא וועט מען ווײַזן ווידעאָס און שפּילן רעקאָרדירונגען, אין וועלכע די פּאָעטן לייענען אַליין פֿאָר זייערע ווערק.
דער קאָנצערט הייבט זיך אָן אַכט אַ זייגער אין אָוונט. בילעטן זענען 25$ פֿאַר מיטגלידער פֿונעם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ אָדער „סימפֿאָני־ספּייס‟ און 35$ פֿאַרן ברייטן עולם.
נאָך אינפֿאָרמאַציע, קוועטשט דאָ.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO