Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

פֿון וואַנען קומען די נײַע ווערטער?On the coining of new words

צוויי ווערטער אין דער איצטיקער סדרה זעען אויס אויסגעטראַכטע. האָט מען זיי געבאָרגט פֿון אַנדערע שפּראַכן אָדער מקבל געווען פֿון די נבֿיאים?

אין דער איצטיקער פּרשה טרעפֿט זיך, צום ערשטן מאָל אין דער תּורה, אַ ריי אוניקאַלע ווערטער. צום באַדויערן, בלײַבן אַ טייל פֿון זיי נישט אינגאַנצן קלאָר, אַרײַנגערעכנט די צוועלף אַדלשטיינער אויפֿן חושן, דעם ספּעציעלן בגד פֿונעם כּהן־גדול. און פֿון וואַנען נעמט זיך דער נאָמען פֿון אַן אַנדער בגד, אפֿוד?

ווי אַזוי פֿלעגן ייִדן אין יענער תּקופֿה צוטראַכטן נײַע טערמינען? געבאָרגט פֿון אַנדערע שפּראַכן, קאָנסטרויִרט על־פּי דיקדוק, צי מקבל געווען גרייטערהייט פֿון זייערע נבֿיאים?

אינעם 12טן יאָרהונדערט האָט רבי יהודה הלוי אָנגעשריבן זײַן „ספֿר הכּוזרי‟ אויפֿן סמך פֿון דער מעשׂה וועגן דעם לעגענדאַרן גיור פֿונעם כאַזאַרישן קיניג. זײַן ווערק בלײַבט אַ מײַסטערווערק פֿון דער מיטל־עלטערלעכער ייִדישער פֿילאָסאָפֿיע. אינעם פֿערטן מאמר פֿונעם ספֿר פֿרעגט דער מלך פֿון כאַזאַריע: ווי קאָן לשון־קודש זיך פֿאַרמעסטן מיט אַראַביש, אַ לעבעדיקע און רײַכע שפּראַך פֿון חכמה און ליטעראַטור? דער ייִדישער חכם האָט אויף דער דאָזיקער קשיא געענטפֿערט, אַז ווען ייִדן זענען נאָך נישט געווען אין גלות, האָבן זיי געקאָנט אויסדריקן אַלע נייטיקע באַגריפֿן אויף לשון־קודש. ווי אַ בײַשפּיל, דערמאָנט יהודה הלוי טאַקע די ספּעציפֿישע טערמינען פֿון אונדזער פּרשה: אפֿוד און חושן.

זײַן אייגענעם ספֿר האָט רבי יהודה הלוי אָנגעשריבן טאַקע אויף אַראַביש — דאָס מאַמע־לשון און די אַלגעמיינע קולטורשפּראַך פֿון ספֿרדישע ייִדן אין זײַן תּקופֿה. אין דער איבערזעצונג פֿון „כּוזרי‟ האָט יהודה אבן תּיבון געשטרעבט צו בלײַבן געטרײַ דעם קלאַסישן לשון־קודש. פֿון דעסט וועגן, האָט ער, זײַענדיק אַן איבערזעצער פֿון אַ גאַנצער ריי ייִדיש־אַראַבישע ספֿרים, כּסדר געמוזט שאַפֿן נײַע ווערטער און אויסדרוקן — געוויינטלעך, אויפֿן סמך פֿון אַראַביש. פֿאַקטיש, האָט אבן תּיבון געשאַפֿן אַן אייגענעם לשון־קודשדיקן דיאַלעקט.

דער מאָדערנער העברעיִש ווערט אָפֿט קריטיקירט פֿאַרן בולטן קינסטלעכן עלעמענט. אַנשטאָט קליינע חידושים, ווי אין יהודה הלויס פֿאָרזיכטיקע קאַלקעס, האָבן די וועלטלעכע העברעיִסטן אויסגעטראַכט גאַנצע שפּראַכשיכטן פֿונעם בוידעם.

נישט אַלע מאָדערנע העברעיִשע ווערק לײַדן שטאַרק פֿונעם דאָזיקן חסרון. דעם הײַנטיקן שבת, דעם 12טן טאָג פֿונעם חודש אָדר, פֿאַלט אויס דער יאָרצײַט פֿון שמואל־יוסף עגנון (1880-1970) — דער גרויסער העברעיִשער קלאַסיקער, וועלכער האָט געוווּנען אַ נאָבעל־פּרעמיע אין ליטעראַטור אין 1966, בלײַבנדיק דערבײַ איינער פֿון די סאַמע שפּראַכלעך קאָנסערוואַטיווע מחברים.

שמואל־יוסף טשאַטשקעס, דער צוקונפֿטיקער נאָבעל־שרײַבער באַוווּסט אונטערן פּסעוודאָנים עגנון, איז געבוירן געוואָרן אין בוטשאַטש, גאַליציע. זײַן טאַטע, אַ טשאָרטקעווער חסיד, איז געווען אַ רבֿ, נאָר געצויגן חיונה פֿון פֿוטער־סוחרשאַפֿט. צו שרײַבן האָט דער יונגער שמואל־יוסף אָנגעהויבן בײַ 8 יאָר; אין זײַן יוגנט איז ער שוין געווען באַקאַנט ווי אַ באַגאַבטער — און, דער עיקר, ייִדיש־שפּראַכיקער — מחבר. דער באַקאַנטער פֿאָרשער דובֿ סדן האָט פֿאַרסך־הכּלט עגנונס ייִדיש־ווערק אין זײַן אַרטיקל „ש״י עגנונס קאַפּיטל ייִדיש‟.

אַ דאַנק זײַן טראַדיציאָנעלער צוויי־שפּראַכיקייט, האָט זיך אבן תּיבונען אײַנגעגעבן איבערצוזעצן דעם „ספֿר הכּוזרי‟ אויף אַ שיינעם לשון־קודש. זײַנע שפּראַכלעכע חידושים קלינגען גענוג נאַטירלעך און לעבעדיק. עס קאָן זײַן, אַז צוליב דער זעלבער סיבה איז עגנון געבליבן מער געטרײַ דעם לשון־קודשדיקן ווערטער־אוצר. זײַנע פֿריִיִקע ווערק האָט ער אָנגעשריבן דווקא אויף ייִדיש. הגם ער פֿלעגט אַליין איבערזעצן זײַנע ווערק אויף העברעיִש, איז לשון־קודש פֿאַר אים געבליבן די קלאַסישע שפּראַך פֿון דאַוונען און תּורה־לערנען, נישט אַ „שלאַכטפֿעלד‟ פֿאַר ראַדיקאַלע עקספּערימענטן.

אין 1908 האָט עגנון זיך באַזעצט מיט זײַן משפּחה אין ארץ־ישׂראל, וווּ ער האָט אָנגעהויבן שרײַבן רק אויף העברעיִש. אין 1913 איז ער אַוועקגעפֿאָרן קיין דײַטשלאַנד, בלײַבנדיק אַ טראַדיציאָנעלער ייִד — אַ זעלטנקייט אין דער וועלטלעכער סבֿיבֿה פֿון דער ייִדיש־דײַטשישער אינטעליגענץ. מאַרטין בובער און פֿראַנץ ראָזענצווײַג, צוויי באַרימטע ייִדישע פֿילאָסאָפֿן, האָבן באַטראַכט דעם יונגן שרײַבער ווי אַ ייִד אַן אַנטיק, אַ פֿאָרשטייער פֿונעם אַלטן שטעטל. ווען עגנון האָט זיך אומגעקערט קיין ארץ־ישׂראל אין 1924, איז ער זײַן גאַנץ לעבן געבליבן אַ פֿרומער, ייִדישלעכער און ממילא אַ „לשון־קודשלעכער‟ שרײַבער.

פֿון וואַנען שטאַמען די אומגעוויינטלעכע ווערטער אין דער הײַנטיקער סדרה בלײַבט אַן אינטערעסאַנטע פֿראַגע. אייניקע פֿון זיי זענען בנימצא אין אַנדערע אַלטע סעמיטישע שפּראַכן. צום ווייניקסטן איין אַדלשטיין, נופֿך, טראָגט אַ מיצרישן — אָדער גיכער אַ ייִדיש־מיצרישן — נאָמען.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.