Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

פינף עצות ווי זיך צו באשיצן פון קאראנא-ווירוס (אין חסידישן ייִדיש)Five ways to protect yourself against coronavirus

דער בעסטער מיטל איז נישט צו טראגן מאסקעס, נאר צו וויסן ווען און ווי אזוי זיך צו וואשן די הענט.

דער קאראנא-ווירוס איז א נאענטער קרוב פון פריערדיגע אטעם-ווירוסן וואס האבן ארויסגערופן עפידעמיעס: סארס [SARS] און מערס [MERS].

  דער ווירוס קערט זיך אויך אן מיטן אינפלוענציע-ווירוס (גריפע, ‘פלו’) וואס פארשפרייט זיך יעדעס יאר, אבער ס׳זענען דא עטליכע אונטערשיידן: דער נייער קאראנא-ווירוס פארשפרייט זיך גרינגער פון איין מענטש צום צווייטן, און די שטארביגקייט (די צאל טויטפאלן) איז גרעסער.

וויאזוי קען מען זיך אויסהיטן פארן ווירוס, בפרט ווען די צאל נייע פאלן וועט מן-הסתם היפש שטייגן במשך פון די קומעדיגע וואכן?


As a public service during this pandemic, the Forward is providing free, unlimited access to all coronavirus articles. If you’d like to support our independent Jewish journalism, click here to make a donation.


1. וואשט זיך גוט די הענט במשך פונעם טאג און פרואווט נישט אנרירן דאס פנים.

  דער ווירוס פארשפרייט זיך דורך טראפעליך שליים מיט האר- און הויט-צעלן וואס טראגן זיך דורך דער לופטן אדער קלעפן זיך צו אייבערפלאכן. אזעלכע אייבערפלאכן נעמען, פארשטייט זיך, אויך אריין אונזערע קערפערס גופא. איז דער בעסטער מיטל דוקא זייער פשוט: וואשט זיך די הענט, יעדעס מאל, 20 סעקונדעס לאנג, אזוי לאנג ווי עס געדוירט דאס אויסזאגן דעם אלף-בית.

  ווען זאל מען זיך וואשן?

  * פארן, בשעתן און נאכן צוגרייטן עסן
* פארן עסן
* פארן און נאכן אכטונג געבן אויף עמיצן וואס האט לעצטנס געבראכן אדער האט א לויזן מאגן (שילשול)
* פארן אדער נאכן באהאנדלען אן אפענעם וואונד, אפילו אויב ס’איז בלויז א קליינער שניט
* נאכן ניצן דעם קלאזעט
* נאכן איבערווינדלען אדער נאכן העלפן א קינד וואס האט געניצט דעם קלאזעט
* נאכן שנייצן די נאז, הוסטן אדער ניסן
* נאכן אנרירן א חיה, חיה-שפייז אדער -אפפאל
* נאכן אנרירן שפייז אדער כיבוד פאר א שטוב-חיה
* נאכן אנרירן גארבאדזש
 

  2. סיידן איר זייט א מענטש מיט כראנישע געזונט-פראבלעמען, דארפט איר נישט טראגן קיין פנים-מאסקעס.

  ס’איז שוין פארהאן א דוחק פון אזעלכע מאסקעס, צוליב דער פאניג וואס די פאנדעמיע האט ארויסגערופן. דער אמת איז אבער אז אזעלכע מאסקעס וועלן אייך סיי-ווי נישט באשיצן. זיי זענען נוצליך פאר די גאר קראנקע אדער פאר געזונט-ארבעטערס וואס ווערן אויסגעשטעלט אויפן שליים פון צענדליגער חולים א טאג.

  3. וואקצינירט זיך קעגן דער גריפע

  די גריפע (פלו) איז טאקע אן אנדער קראנקייט, נאר עס ווערט אויך פארשפרייט אין אט דער צייט פון יאר און ס’איז א קרענק וואס מ’קען פארהיטן. (פארן קאראנא-ווירוס איז נאכנישטא קיין וואקצין, און לויט די וויסנשאפטלערס וועט נישט זיין אזא ביז אין א יאר אדער אכצן מאנאטן ארום.)

  4. קויפט זיך איין עסן און אנדערע נויטיגע שטובווארג. 

וואס ווייניגער איר גייט ארויס איינקויפן, אלץ קלענער איז די מעגליכקייט אז איר וועט זיך אנשטעקן מיטן קאראנא-ווירוס אדער אנשטעקן א צווייטן. וואס ווייניגער איר וועט באשטעלן צוגעגרייט עסן צו אייער שטוב, אלץ ווייניגער דרוק וועט זיין אויף די איבערגעארבעטע צושטעלער (דעליווערי-מענטשן), אפטמאל אונטערגעצאלטע, וואס קענען נאך אויך פארשפרייטן אזעלכע קראנקייטן. ניצט אויס די געלעגנהייט יעצט, פאר פסח און בשעת איר זייט נאך געזונט — טפו-טפו-טפו! קויפט איין רייז, באַנדלעך,פּושקעס און נאך שפייזווארג וואס קען זיך לאנג האלטן.

  5. באשולדיגט נישט יענעם; פארקערט, העלפט אים ארויס. 

ווען א געזעלשאפט געפינט זיך אין פאטענציעל געפערליכע באדינגונגען שטייגט אפט די מורא ביי מענטשן. דערפאר איז נישט קיין חידוש, וואס מ’הערט שוין ווי געוויסע גרופעס ווערן באשולדיגט (סיי אויף דער גאס סיי אין דער מעדיא) אין פארשפרייטן דעם קאראנא-ווירוס. דאס איז מער נישט שייך: דער ווירוס איז שוין דא אין אמעריקע. מ’קען דאס נישט אפשטעלן. קאנטראלירן אים און פארמינערן די ווירקונג אויף אונזער געזעלשאפט, דאס קען מען יא טוהן.

  וויאזוי? העלפט ארויס יענעם, באזונדערש די קראנקע, אלטע, שוואכע און ארימע-לייט וואס ס’האט זיי שוין געפעלט לעבנסוויכטיגע מיטלען נאך איידער די דאזיגע נייע קראנקייט האט זיך פארשפרייט. מיט איין ווארט: טוט א מצוה. ארגאניזירט א חסד-קאמפאניע צו געפינען שפייז פאר די נצרכים און מעדיקאמענטן פאר די וואס האבן נישט. אויב איר קענט אן עלטערן מענטשן כאפט זיך אריין צו אים אדער איר. (געדענקט אויך אוודאי זיך צו זארגן פארן אייגענעם געזונט און וואשט גוט די הענט איידער און נאכדעם ווי איר טוט דאס.)
 

ואחרון אחרון חביב — פאלט נישט אריין אין קיין פאניק. מ’האט איבערגעלעבט המנען, וועט מען דאס אויך אם-ירצה-השם איבערלעבן.

 

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

Republish This Story

Please read before republishing

We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

We don't support Internet Explorer

Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

Exit mobile version