Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

מעסאָפּאָטאַמיעס ריזיקע ראָלע אין דער ייִדישער געשיכטעMesopotamia’s decisive role in Jewish history

אַ פּעטערבורגער אויסשטעלונג פֿון אַסירישער קונסט קען פֿאַראינטערעסירן נישט בלויז קונסטקענער, נאָר אויך פֿאָרשער פֿון תּנ״ך און וועלט־רעליגיעס בכלל.

די טעג קען מען גיין זען אינעם פּעטערבורגער מוזיי „ערמיטאַזש‟ אַ ריזיקע אויסשטעלונג פֿון דער אוראַלטער אַסירישער קונסט. די אויסשטעלונג, וואָס ווערט דורכגעפֿירט בשותּפֿות מיטן בריטישן מוזיי, איז באַזונדערס אינטערעסאַנט נישט בלויז פֿאַר קונסטקענער און היסטאָריקער, נאָר אויך פֿאַר פֿאָרשער פֿון תּנ״ך, ייִדישקייט און וועלט־רעליגיעס בכלל. (בײַ ייִדן איז אַסיריע באַקאַנט ווי אַשור.)

אַשור האָט, למשל, אַ דירעקט שײַכות צו פּורים. נבֿוכדנצר איז געווען אַן אַסירישער מלך; ווען דער פּערסישער קיניג כּורש האָט געשאַפֿן זײַן ריזיקע אימפּעריע, וווּ אַשור איז געוואָרן אַן אונטערטעניקער פּראָטעקטאָראַט, האָט זיך דאָרטן במשך פֿון אַ לאַנגער צײַט געהיט די אָרטיקע שפּראַך און קולטור. די איראַנישע שטאָט שוש, אָנגערופֿן שושן אין מגילת־אסתּר, געפֿינט זיך 30 מײַל פֿון דער הײַנטיקער איראַקישער גרענעץ. ס׳איז אַמאָל געווען די הויפּטשטאָט פֿון עילם (עלאַם) — אַן אוראַלטע מלוכה, פֿאַרכאַפּט און צעשטערט דורכן אַסירישן קיניג אַשורבאַניפּאַל.

אַן אַנדער גאָר וויכטיקע ייִדישע פֿאַרבינדונג מיט אַסיריע זענען די דאָקומענטן פֿונעם בבֿלישן ייִשובֿ אַל־יאַהודו, געשאַפֿן אונטער דער מאַכט פֿון נבֿוכדנצר און דערנאָך אונטער דער פּערסישער מאַכט. זיי זענען אָנגעשריבן אויף אַקאַדיש, אויך באַקאַנט ווי בבֿליש אָדער אַסיריש — די אָפֿיצעילע שפּראַך פֿון בבֿל. די גערעדטע שפּראַך פֿון דער בבֿלישער באַפֿעלקענג איז דעמאָלט שוין געווען אַראַמיש.

מעסאָפּאָטאַמיע ווערט אָפֿט באַטראַכט ווי דאָס וויגעלע פֿון דער מענטשלעכער ציוויליזאַציע. דאָרטן האָט מען צום ערשטן מאָל, אויף וויפֿל מע ווייסט, דערפֿונדן דעם כּתבֿ — צו ערשט פֿאַר שומעריש, דערנאָך פֿאַר אַקאַדיש. בערך מיט 2,700 יאָר צוריק איז אַראַמיש דאָרטן געוואָרן די וויכטיקסטע גערעדטע שפּראַך, נאָר די אָפֿיציעלע דאָקומענטן האָט מען אין אַסיריע ווײַטער געשריבן אויף אַקאַדיש — אויך אַ סעמיטישע שפּראַך, גענוג נאָענט צום לשון־תּרגום.

אויפֿן סמך פֿון דער שומעריש־אַקאַדישער פֿלעקלשריפֿט זענען אויפֿגעקומען די אַלט־פּערסישע, אוגאַריטישע און אַנדערע שריפֿטסיסטעמען. אונדזער אַלף־בית, לכתּחילה די אַראַמישע, שטאַמט פֿון אַסיריע; דערפֿאַר הייסט דער קאַליגראַפֿישער סטיל פֿון דער ספֿר־תּורה, מגילת־אסתּר, ציצית און תּפֿילין „כּתבֿ אַשורית‟ — די אַשורישע שריפֿט. פֿאַרן גלות־בבֿל האָבן ייִדן זיך באַנוצט מיט אַ וואַריאַנט פֿון די פֿעניקישע אָדער כּנענישע אותיות.

די איצטיקע אויסשטעלונג גיט אַ זעלטענע מעגלעכקייט זיך צו באַקענען פּנים־אל־פּנים מיט יענער ווײַטער תּקופֿה. אַ ריי עקספּאָנאַטן זענען פֿאַרבונדן מיטן נצחון פֿון אַשור איבער עילם. אַשורבאַניפּאַלס פּאַלאַץ אין נינווה איז געווען באַצירט מיט סצענעס אויף דער דאָזיקער טעמע. אין תּנ״ך איז נינווה באַקאַנט ווי די שטאָט, וווּהין דער אייבערשטער האָט געשיקט יונה הנבֿיא צו וואָרענען די תּושבֿים, זיי זאָלן תּשובֿה טאָן.

גאָר אינטערעסאַנט איז אַן אַנדער וואַנטסצענע, וווּ אַ שמירה־גײַסט — אַ מין מלאך — ווערט געשילדערט ווי אַ היבריד פֿון אַ מענטש, אַן אָקס, אַן אָדלער און אַ לייב. ווי באַקאַנט, פֿיגורירן דווקא די דאָזיקע פֿיר געשטאַלטן, די חיות־הקודש, אין דער וויזיע פֿונעם נבֿיא יחזקאל. הגם די אַשורישע רעליגיע איז געווען אַ פּאָליטעיִסטישע — אַן עבֿודה־זרה מיט אַ גאַנצן פּאַנטעאָן אָפּגעטער — האָט איר סימבאָליזם און מיטאָלאָגיע אַ סך בפֿירושע פּאַראַלעלן מיט תּנ״ך. עטלעכע אויסגעשטעלטע מאָנומענטן זענען פֿאַרבונדן מיטן אַשורישן מלך סנחריבֿ, אויך אַ באַקאַנטע תּנ״כישע פּערזענלעכקייט; ער האָט פֿאַרוואַנדלט נינווה אין זײַן קרוינשטאָט.

אין דער הײַנטיקער וועלט לעבן ביז 5 מיליאָן אַסיריער; בערך אַ האַלב מיליאָן פֿון זיי רעדן אויף אַראַמיש. אין די מערבֿדיקע באַרגראַיאָנען פֿונעם איראַנישן קורדיסטאַן טרעפֿן זיך נאָך אַלץ אַראַמיש־שפּראַכיקע ייִדן; ס׳רובֿ פֿון זיי וווינען אָבער הײַנט אין ארץ־ישׂראל און אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן.

ייִדן האָבן אויך אַ שײַכות צו דער אַסירישער שפּראַכלעכער ירושה. ווען מע זאָגט קדיש, איז עס אַ רעשטל פֿון דער אַמאָליקער אַשורישער ציוויליזאַציע. ד״ר דוד כּ״ץ באַמערקט, אַז דער ייִדישער דיאַלעקט פֿון אַראַמיש האָט, נאָך מער ווי לשון־קודש, משפּיע געווען אויף ייִדיש. אַזעלכע פּשוטע ווערטער, ווי „אַדרבה‟ און „אַוודאי‟, זענען לעבעדיקע סימנים פֿון דער בבֿלישער השפּעה.

אַחוץ דער בפֿירושער השפּעה אויף ייִדיש, שפּילט אַראַמיש גאָר אַ גרויסע ראָלע אין טראַדיציאָנעלע ייִדיש־שפּראַכיקע קהילות. די גמרא איז איינע פֿון די גרעסטע זאַכן וואָס זענען אונדז איבערגעבליבן פֿון דער אַסיריש־בבֿלישער ליטעראַטור מע קאָן אַפֿילו זאָגן, אַז יעדע ישיבֿה איז אַ מין אינדזל פֿונעם אַמאָליקן בבֿל.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.