Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

דער ליטווישער מקובל, הרבֿ אַלכּסנדר זיסקינדThe Lithuanian Kabbalist, Rabbi Alexander Ziskind

דער פּרינציפּ פֿון קבלהדיקע צירופֿי־אותיות שטאַמט פֿון אַ בפֿירושער גמרא.

אין דער איצטיקער סדרה זאָגט דער אייבערשטער אָן משה רבינו, אַז מיטן משכּן זאָל זיך פֿאַרנעמען אַ געוויסער מענטש פֿון שבֿט־יהודה, בצלאל בן אורי. דער רבונו־של־עולם האָט דערקלערט, אַז ער וועט אָנפֿילן דעם־אָ ייִד מיטן געטלעכן גײַסט, חכמה, תּבֿונה (פֿאַרשטאַנד) און דעת.

אויב בצלאלס הייליקע מלאָכה האָט געפֿאָדערט אַ געטלעכע אינספּיראַציע, מוז דאָ גיין אַ רייד נישט בלויז פֿון טעכנישע ידיעות און דערפֿאַרונגען. אין דער גמרא ברכות גיט רבֿ יודא איבער די מסורה, לויט וועלכער בצלאל האָט געוווּסט, ווי אַזוי מצרף צו זײַן, צו קאָמבינירן די אותיות, מיט וועלכע עס זענען באַשאַפֿן געוואָרן דער הימל און די ערד. די מסורה שטאַמט פֿונעם באַרימטן אמורא, אַבא בר איבו, וועלכער איז צוליב זײַן פּראָמינענטער ראָלע אין דער תּורה־שבעל־פּה באַקאַנט ווי סתּם „רבֿ‟. דער דאָזיקער אמורא באַמערקט, אַז אין משלי שטייט געשריבן אַן אַנדער פּסוק, אַז דער רבונו־של־עולם האָט באַשאַפֿן די גאַנצע וועלט מיט דער חכמה, תּבֿונה און דעת. דאָס זענען פּונקט די זעלבע מידות, ווי בײַ דעם קאָנסטרוקטאָר פֿונעם משכּן — אין דעם פֿאַל, מיסטישע כּוחות.

דרינגט דערפֿון אויך אַרויס, ווי עס זענען מסביר די מפֿרשים, אַז דער משכּן איז געווען אַ קליינער מאָדעל פֿונעם גאַנצן אוניווערס. כּדי אויסצונוצן זײַן פֿעיִקייט בײַם אויפֿשטעלן די הייליקע קאָנסטרוקציע, האָט בצלאל געדאַרפֿט זײַן מסוגל נאָכצומאַכן די געהיימע סודות פֿון מעשׂה־בראשית. די חז״ל באַטאָנען, אַז דאָס זענען די אותיות פֿון אונדזער אַלף־בית — פֿאַרשטייט זיך, אינעם קאָסמישן זין. אַדרבה, אונדזערע מענטשלעכע אותיות זענען בלויז אַ גשמיותדיקע אָפּשפּיגלונג פֿון גײַסטיקע שעפֿערישע עלעמענטן.

ווי ס׳איז באַקאַנט, פֿאַרנעמען פֿאַרשיידענע מאַניפּולאַציעס מיט אותיות גאָר אַ גרויס אָרט אין קבלה. דער עצם־געדאַנק, אַז אינעם אַלף־בית באַהאַלטן זיך גרויסע סודות, שטאַמט פֿון דער דערמאָנטער בפֿירושער גמרא. באַקומט זיך, אַז לויט די חז״ל איז בצלאל געווען אַ מין מקובל, אַ מומחה אין די מיסטישע צירופֿי־אותיות. הגם דעם דאָזיקן מאמר־חז״ל מעג מען אָפּטײַטשן ווי אַן אַלעגאָריע, שטימט דער בוכשטעבלעכער באַטײַט מיטן אַלגעמיינעם גרויסן טראָפּ, וואָס די ייִדישע טראַדיציע שטעלט אויפֿן געשריבענעם און געזאָגטן וואָרט.

גמרא און קבלה אַליין לאָזן זיך קאָמבינירט ווערן. הגם אין דער הײַנטיקער וועלט ווערן מיסטישע ענינים מער אַסאָציִיִרט מיט חסידים, און דער ראַציאָנאַליסטישער געדאַנקען־גאַנג מיט מתנגדים, זענען אין דער געשיכטע געווען אַ סך גרויסע ליטווישע מקובלים. דעם הײַנטיקן שבת איז דער יאָרצײַט פֿון אַזאַ מין מענטש – הרבֿ אַלכּסנדר זיסקינד פֿון גראָדנע (הראָדנע), דער מחבר פֿונעם באַרימטן ספֿר „יסוד ושורש העבֿודה‟, וואָס שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ געראָטן געשמעלץ פֿונעם ליטווישן מוסר און קבלה. די חסידים באַטראַכטן אים ווי אַ פֿאָרלויפֿער פֿון חסידות.

אַלכּסנדר זיסקינד (1738־1794) איז געבוירן געוואָרן אינעם קליינעם ווײַסרוסישן שטעטל ראָזשענוי. זײַן משפּחה האָט געשטאַמט פֿון רבי מרדכי יפֿה, אַ באַקאַנטן טשעכישן פּוסק און מקובל; זײַן רבי איז געווען הרבֿ אַריה־לייב עפּשטיין — אַ זעלטנקייט אין אונדזערע צײַטן, אַ מקובל אַ „יעקע‟ פֿון קעניגסבערג.

זיסקינד האָט געפֿירט אַן אַסקעטישן און באַשיידענעם שטייגער לעבן. זײַנע קינדער און אייניקלעך האָט ער געהייסן קיינמאָל נישט פֿאַרנעמען קיין פֿירנדיקע קהילה־פּאָזיציעס. ער אַליין האָט זיך אָפּגעזאָגט פֿון וועלכע־ניט־איז שטעלעס און איז געווען אָרעם. נאָר פֿון צײַט צו צײַט האָט ער זיך פֿאַרנומען מיט מיסחר, כּדי אויסצולעבן.

אַחוץ זײַן באַרימטן ספֿר, האָט הרבֿ זיסקינד אָנגעשריבן אַ פּירוש אויפֿן זוהר, „קרני אור‟, און איבערגעלאָזט גאָר אַן אינטערעסאַנטע צוואָה, וווּ ער פֿאָדערט שטרענג נישט צו רעדן קיין שבֿחים לכּבֿוד אים נאָך דער פּטירה, אַראָפּצוּוואַרפֿן זײַן גוף זיבן מאָל מיטן גאַנצן כּוח פֿון אַ דאַך פֿאַרן תּיקון־נשמה, און אַרײַנצולייגן אים אינעם קבֿר אָן קיין אָרון מיט זײַן עיקר־ספֿר צוקאָפּנס.

זײַענדיק אַ מקובל, דערמאָנט הרבֿ זיסקינד גאַנץ אָפֿט פֿאַרשיידענע מיסטישע אותיות־קאָמבינאַציעס. אַזוי ווי בצלאל, האָט ער אויסגענוצט זײַן חכמה אין פּראַקטישן לעבן, אַפֿילו אינעם פּלאַן פֿון זײַן קבֿורה. אין דער צוואָה באַשרײַבט ער אַן אומגעוויינטלעכע פּרטימדיקע סכעכע פֿון זײַן קבֿר. ס׳זעט אויס, אַז ער האָט אויך געוואָלט שאַפֿן על־פּי קבלה אַן אייגענעם „משכּן‟ — כּדי אין אים אַוועקצוגיין בשלום אויף יענער וועלט.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.