Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ער זוכט אַ גלײַכגעוויכט צווישן ייִדישער אידענטיטעט און פֿרײַען געדאַנקSeeking a balance between Jewish identity and freedom of expression

פּראָפֿ’ אורציון ברתּנא האַלט אַז כאָטש אָרטאָדאָקסיע האָט געשעדיקט די אינדיווידועלע פֿרײַהייט, האָט זי אָפּגעהיט דאָס פֿאָלק פֿון אַסימילאַציע.

דער צווייטער טייל פֿון דער סעריע, „ווי זעען מיטל־יאָריקע סאַברעס די אַשכּנזישע קולטור?‟

אין די דרײַ אינטערוויוען וואָס מיר ברענגען הײַנט וועלן מיר זען ווי פֿילזײַטיק איז דער אימאַזש וואָס סאַברעס האָבן וועגן דעם ייִדישן לעבן אין אייראָפּע פֿאַרן חורבן. אַ וויכטיקער אויספֿיר וואָס מ’קאָן שוין איצט אונטערציִען איז, אַז סאַברעס, ווי יחידים, ווײַזן אַרויס אַ געוויס מיטגעפֿיל און נײַגער צום ייִדישן לעבן פֿון אַ מאָל, נאָר דאָס איז גיכער אַ סוביעקטיווער צוגאַנג, וואָס האָט ניט קיין קאָלעקטיוון אויסדרוק. פֿאַר וואָס עס איז אַזוי און וואָס דאַרף געשען, כּדי די אָ סוביעקטיווע פּראָצעסן זאָלן באַקומען אַ געזעלשאַפֿטלעכן אויסדרוק, דערמיט וועלן מיר זיך פֿאַרנעמען בײַם סוף פֿון דעם ציקל אינטערוויוען.

פּראָפֿ’ אורציון ברתּנא (באַרטאַנאַ), פּאָעט און לעקטאָר פֿון העברעיִשער ליטעראַטור אין אַריאל־אוניוועסיטעט; וווינט אין תּל־אַבֿיבֿ.

אורציון ברתּנא Image by Reuven Enoch

„דער אייראָפּעישער ייִדנטום איז מיר באַקאַנט דורך מײַנע עלטערן און דורך מײַנע אייגענע פֿאָרשונגען,‟ האָט פּראָפֿ׳ ברתּנא געזאָגט. „טאַטע־מאַמע האָבן ניט אַזוי געהאַלטן פֿון גלות, און האָבן באַצייכנט די וועלט פֿון וואַנעט זיי זענען אַרויס ווי אַ שלעכטע פֿאַר ייִדן, אַן אַנטיסעמיטישע. זיי האָבן ניט געהאַט קיין שום נאָסטאַלגיע פֿאַר זייער יוגנט אין אייראָפּע און האָבן זיך באַצויגן זייער וואַרעם צו ארץ־ישׂראל.‟

ווי אַ ליטעראַטור־פֿאָרשער באַשטעטיקט ער, אַז די העברעיִשע און וועלט־ליטעראַטור פֿון סוף 19טן און אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט האָבן דערגרייכט גאונישע ספֿערעס צו וועלכע די הײַנטצײַטיקע ליטעראַטור איז ניט דערגאַנגען, אָבער גיט צו: „נאָך די געוואַלדיקע אַנטיסעמיטישע אויסברוכן פֿון 19טן און 20טן יאָרהונדערט, אַרײַנגערעכנט דעם צווייטן וועלטקריג, קאָן איך ניט פֿאַרשטיין דאָס הײַנטיקע ייִדישע לעבן אין אייראָפּע. מײַן פֿוס האָט קיין מאָל ניט געטראָטן אויף דײַטשער ערד און כ׳פֿאַרשטיי ניט די ישׂראלים און ייִדן וואָס וווינען הײַנט דאָרט. דער חורבן האָט באַטײַט דעם סוף פֿון דער פֿאַרבינדונג פון ייִדן מיט אייראָפּע, לכל הפּחות, לגבי דער צוקונפֿט וואָס כ’קאָן פֿאָרויסזען.‟

לויט ברתּנא האָט די אָרטאָדאָקסיע, פֿון איין זײַט, געשעדיקט דעם פֿרײַען אויסדרוק בײַ ייִדן, נאָר פֿון דער צווייטער זײַט האָט זי אָפּגעהיט דאָס פֿאָלק פֿון אַסימילאַציע. „מ’דאַרף געפֿינען אַ גלײַכגעוויכט צווישן ייִדישער אידענטיטעט און פֿרײַען געדאַנק,‟ האָט ער געזאָגט. ער האַלט אַז די ייִדישע טראַדיציע איז יאָ אַריבער צו זײַנע זין און זיי זענען טאַקע פֿאַרבונדן מיט דער העברעיִש־ייִדישער קולטור.

אויף דער פֿראַגע, צי זענען, אין פֿאַרלויף פֿון די יאָרן, פֿאָרגעקומען בײַ אים ענדערונגען אין זײַנע שטעלונגען? איז דער ענטפֿער: ניין. „דאָס איז געווען און געבליבן מײַן געדאַנקען־גאַנג זינט די זיבעציקער יאָרן פֿון פֿאָריקן יאָרהונדערט,‟ האָט ער געזאָגט.

יוסי בר עוז, פּענסאָנירטער בעל־יועץ פֿון פֿאַרזיכערונג, אין תּל־אָבֿיב; אָפּשטאַמיקער פֿון אַ תּימנער משפּחה.

יוסי בר עוז

„כ’בין אויפֿגעוואַקסן אין כּרם התּימנים, אַ תּל־אָבֿיבֿער קוואַרטאַל. דאָרטן האָבן געוווינט פֿאַרשידענע עדות ייִדן — אַרײַנגערעכנט אַשכּנזישע. מײַן פֿאָטער ז”ל האָט געהאַט אַ סך חבֿרים, צווישן זיי — געראַטעוועטע פֿון חורבן. אַזוי אַרום זענען די אַשכּנזים געווען אַן אומצעטיילבאַרער חלק פֿון מײַן לעבן. אין יעדער עדה, פֿאַרשטייט זיך, זענען פֿאַראַן גוטע און נישט אַזוינע גוטע מענטשן. פֿאַר מיר זענען אַלע גלײַך. היות ווי אין מײַן קינדהייט און יוגנט האָב איך געהאַט חבֿרים פֿון אַלע עדות, האָב איך קיין אונטערשייד ניט געזען צווישן אונדז, אַחוץ, פֿאַרשטענדלעך, אונדזערע קיך־טראַדיציעס, וואָס אַ סך אַשכּנזים האָבן זיך מיט דער צײַט פֿאַראייגנט, ווי למשל, די באַווירצטע, תּימנישע מאכלים. ביזן הײַנטיקן טאָג קומען אין די רעסטאָראַנען פֿון אונדזער קוואַרטאַל אַ סך אַשכּנזים און ס’איז שיין אַזוי.‟

בר עוז דערציילט, אַז יעדער ייִד איז אַ טייל פֿון אונדזער פֿאָלק. אין זײַן ברייטער משפּחה זענען פֿאַראַן ניט ווייניק „געמישטע‟ חתונות צווישן אַלע עדות ייִדן, אויך אַשכּנזישע. זײַן פֿאָטער האָט מיט יאָרן צוריק „אַדאָפּטירט‟ אַ פּאָרפֿאָלק פֿון ניצול־געוואָרענע פֿון חורבן: „דער ייִד האָט, בעת די וואַקאַציעס, מיך גענומען אַרבעטן אין זײַן קראָם אין תּל־אָבֿיבֿ. פּאָזמאַנטיר האָט ער געהייסן, און פֿון אים האָב איך אַ סך געהערט פֿון די אַכזריותדיקע נאַצישע טאַטן. אויך וועגן ייִדישן שטײַגער לעבן פֿאַרן חורבן.‟ לויט בר־עוזן, איז עס ניט אַנדערש ווי אין אַנדערע קהילות איבער דער וועלט.

אויף דער פֿראַגע, צי דער חורבן אָדער רעליגיע זענען פֿאַר אים אַ שטער זיך צו פֿאַרבינדן מיטן אַמאָליקן ייִדישן לעבן אין אייראָפּע, איז זײַן ענטפֿער: אין גאַנצן נישט. „איך נעם אויף יעדע עדה מיט איר שטײגער־לעבן, וועלטלעכער אָדער רעליגיעזער. כ’פֿאַרנעם זיך ניט מיט דער וועלט פֿון נעכטן. איך קוק פֿאָרויס. איך האַלט פֿון זיך אויסלעבן און לאָזן אַנדערע זיך אויסלעבן. אָבער איך זאָג יאָ די קינדער, אייניקלעך און חבֿרים, וויפֿל איך בענק נאָך יענע טעג, ווען מיר אַלע האָבן ליב געהאַט אונדזער טײַער לאַנד ישׂראל.‟

אלי יריבֿֿ (קריגער) פֿון חיפֿה, פּענסיאָנירטער עקאָנאָמיסט

אלי יריבֿֿ

אלי יריבֿס מאַמע האָט עולה געווען פֿאַרן אויסברוך פֿון קריג. כּמעט איר גאַנצע משפּחה איז אומגעקומען אין חורבן. זײַן פֿאָטער מיט דער משפּחה האָט געמוזט אַנטלויפֿן פֿון בערלין אין 1933. אַזוי האָבן זיי זיך געראַטעוועט און שפּעטער עולה געווען. ער האָט געוווינט אין קריית חיים אין אַ געמישטער געזעלשאַפֿט פֿון אַשכּנזישע און אָריענטאַלע ייִדן. קיין אונטערשיד צווישן זיי האָט ער ניט געפֿילט.

„אין שטוב בין איך יאָ געווען באַוווּסטזיניק וועגן מײַנע אַשכּנזישע וואָרצלען,‟ האָט יריבֿ געזאָגט. „כ’האָב געהערט מאַמע־לשון וואָס די עלטערן האָבן צווישן זיך גערעדט און אויך וועגן חורבן האָב איך געוווּסט. כ’האָב געהאַט אַשכּנזישע און מזרחדיקע חבֿרים. אַלץ האָט מיר אויסגעזען נאַטירלעך און כ’האָב זיך אין די ענינים ניט פֿאַרטיפֿט. דעם לעצטן יאָר, זינט כ’האָב זיך פּענסיאָנירט, פֿיל איך אַ דערנענטערונג צו ייִדיש און כ’וויל זיך לערנען די שפּראַך. געשען איז עס צופֿעליק. כ’האָב באַשלאָסן זיך צו לערנען אַ פֿרעמדע שפּראַך, וואָס מע זאָגט איז גוט צום זכּרון, האָב איך אויסגעקליבן ייִדיש, ווײַל כ’האָב געפֿילט אַז ס’וועט מיר לײַכטער זײַן.

יריבֿ גיט צו אַז ער פֿילט אַ דערנענטערונג צו דער ייִדישער קולטור אין אַלגעמיין און דאָס פֿאַרשאַפֿט אים אַ פּערזענלעכע, גרויסע סאַטיספֿאַקציע. „ס’פֿאַרשטאַרקט זיך מײַן ווילן צו לערנען וועגן ייִדישן לעבן אין אייראָפּע און וועגן ייִדן אין גלות אין אַלגעמיין, נאָר ספּעציעל נאָענט פֿיל איך זיך צו דער ייִדישער שפּראַך.

ער דערציילט, אַז ניט דער חורבן און אויך ניט רעליגיע זענען פֿאַר אים אַן אופֿן זיך צו פֿאַרבינדן מיטן אַמאָליקן ייִדישן לעבן. אויך אָן דעם חורבן וואָלט אים שטאַרק פֿאַראינטערעסירט זײַנע משפּחה־קוואַלן ווי אויך ס’ייִדישע לעבן און קולטור. זיידע־באָבע פֿון מוטערס צד און פֿון טאַטנס צד זענען געווען אַ ביסל פֿרום און ער שאַצט אָפּ די טראַדיציעס, ניט געקוקט דערויף וואָס ער אַליין איז אַ וועלטלעכער. זײַנע ייִדישע וואָרצלען האָבן אַ גרויסן באדײַט פֿאַר אים.

אויף דער פֿראַגע, צי טיילט יריבֿ זיך מיט דער משפּחה און חבֿרים וועגן זײַן אויפֿוואַכנדיקן אינטערעס צו ייִדיש, האָט ער געענטפֿערט אַז יאָ. „דער אָפּרוף בײַ זיי איז אַ גאָר פּאָזיטיווער,‟ האָט ער געזאָגט.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version