נײַער נומער „דער וועקער“ — הערי פּאָטער, קאָראָנאַ־ווירוס און לבֿ־טהורNew issue of “Der Veker’’: Harry Potter, coronavirus and Lev Tahor
דער נומער דערמאָנט סײַ אָן אַ שיעור רבנים, סײַ מרדכי שעכטער און שיקל פֿישמאַן.
כאָטש איך האַלט זייער שטאַרק פֿונעם „וועקער“, טרעפֿט זיך אַז יעדעס מאָל וואָס עס קומט בײַ מיר אָן אין דער פּאָסט אַ נײַער נומער ווער איך אַ ביסל פֿרוסטרירט. פֿאַר וואָס? מחמת קיין צײַט האָב איך ליידער ניט דורכצולייענען דעם גאַנצן נומער.
דער אַנומלטיקער ניסן־אייר־נומער איז בפֿירוש גרויס: 205 זײַטן געדרוקט מיט אַזעלכע קליינטשיקע אותיות און דינע שורותלעך, אַז לויט דער צאָל ווערטער איז דער נומער באמת גרעסער ווי ס׳רובֿ ביכער פֿון 300 זײַטן. בײַ ס׳רובֿ אויסגאַבעס וואָס איך לייען טוט עס מיר ניט אַזוי באַנג, וואָס איך היפּ איבער אַן אַרטיקל צי צוויי, כּדי צו פֿאָקוסירן אויף די טעמעס וואָס זענען מיר מער אינטערעסאַנט.
מיטן „וועקער“, קען איך אָבער ניט אַזוי גרינג „אויסמײַדן“ די זאַכן וואָס זענען מיר ניט אַזוי צום האַרצן, ווײַל באמת איז דער זשורנאַל אָנגעפֿילט מיט אָן אַ שיעור פֿאַרכאַפּנדיקע מאַטעריאַלן. בקיצור — די כּלה איז צו שיין — צו פֿיל וואָס צו לייענען און זיכער מער גוטע אַרטיקלען ווי מע קען דערמאָנען אין אָט דעם באַשיידענעם סך־הכּל.
פֿאַר די פֿאָרווערטס־לייענער איז זיכער די הויפּט־אַקטראַציע דער לאַנגער, פּרטימדיקער אינטערוויו מיט אַרעלע ווישוואַנאַט וועגן זײַן איבערזעצונג פֿון הערי פּאָטער און זײַנע געדאַנקען וועגן ייִדיש, ייִדישקייט, ייִדישיזם און דעם ווערט פֿון פֿאַנטאַזיע־ביכער פֿאַר פֿרומע לייענער. צוזאַמען מיטן אינטערוויו געפֿינט מען אינעם נומער אַ קורצן עסיי פֿון הרבֿ משה ראָזענבערג, אַ רבֿ און מלמד אין ריווערדייל, וואָס האַלט אַ וועלט פֿון הערי פּאָטער און האָט מחבר געווען עטלעכע ביכער וועגן ווי אַזוי די דרכי התּורה והמצוות ווערן אָפּגעשפּיגלט אין דזש. ק. ראָולינגס ביכער.
די פֿאָרווערטס־לייענער וועלן אויך געפֿינען דרײַ אַרטיקלען פֿון מחברים, וואָס דרוקן זיך אַ מאָל אויך אין פֿאָרווערטס. שלום בערגער באַשרײַבט די סכּנה פֿונעם קאָראָנאַ־ווירוס און בעט די לייענער צו באַטראַכטן דעם גורל פֿון די, וואָס לײַדן שוין פֿון געזונט־פּראָבלעמען. אײַזיק בלימאַן באַטראַכט דעם מצבֿ פֿון ייִדיש בײַ די חסידים אין פֿאַרגלײַך מיט ס׳רובֿ שפּראַכן פֿון עטנישע און רעליגיעזע מינדערהייטן אין אַמעריקע און גיט צו וויסן וועגן דער שײַכותדיקער פֿאָרשונג פֿון ד׳׳ר שיקל פֿישמאַן ע׳׳ה. און דער שרײַבער קטלא קניא רײַסט אַראָפּ די חסידישע פֿירער, וואָס האָבן לכתּחילה ניט געוואָלט שליסן די שילן און בתּי־מדרשים כּדי צו באַשיצן דעם עולם פֿונעם קאָראָנאַ־ווירוס.
מנחם מענדל פּאַלאַטשעק פֿירט אַ שמועס מיט פֿרידע וויזעל, וואָס איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ חסידישער היים און פֿירט איצט אָן מיט טורן פֿונעם חסידישן ציבור אין וויליאַמסבורג. אין 2014 האָב איך אַליין אָנגעשריבן אַ פּראָפֿיל פֿון פֿרידע וויזעל, וועגן אירע טורן, ווי אַזוי חסידים רעאַגירן אויף זיי, די פּראָבלעמען וואָס זי טרעפֿט ווען די ניו־יאָרקער פּרעסע באַשרײַבט איר אַרבעט און דער געשיכטע פֿון יענע טורן בכלל. איך מוז מודה זײַן, אַז בײַ מיר איז דאָס געווען דער אינטערעסאַנטסטער אַרטיקל אינעם נומער, ווײַל עס כאַפּט גוט אויף די קאָמפּליצירטע באַציִונגען צווישן חסידים, געוועזענע חסידים, ניו־יאָרקער פֿון אַ גאַנץ־יאָר און טוריסטן.
אויך כּדאַי צו לייענען אינעם נומער: אַ האַרץ־רײַסנדיקן בריוו פֿון אַ ייִד, וואָס איז קינדווײַז באַלעסטיקט געוואָרן (מחבר אַנאָנים); אַן אָטעם־פֿאַרכאַפּנדיקן באַריכט וועגן אַ ייִד וואָס איז אַנטלאָפֿן פֿון דער חסידישער סעקטע „לבֿ־טהור” אין גוואַטעמאַלע, אָנגעשריבן פֿון מיכאל זיכערמאַן, און אַן עסיי פֿון יעקבֿ ירון לויִס וועגן דער הײַנטיקער השפּעה פֿון דער חסידישער קולטור אויף דער וועלט־קולטור.
דעם נײַעם נומער קען מען באַשטעלן דאָ.
A message from Forverts editor Rukhl Schaechter
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forverts' 127-year legacy — and its bright future.
In the past, the goal of the Forverts was to Americanize its readers, to encourage them to learn English well and to acculturate to American society. Today, our goal is the reverse: to acquaint readers — especially those with Eastern European roots — with their Jewish cultural heritage, through the Yiddish language, literature, recipes and songs.
Our daily Yiddish content brings you new and creative ways to engage with this vibrant, living language, including Yiddish Wordle, Word of the Day videos, Yiddish cooking demos, new music, poetry and so much more.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor