Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

טשיקאַווע אויסוועגן ווי מע האָט געהאָלפֿן אַ כּהן חתונה האָבןCurious loopholes that were used to help a cohen marry

געוויסע רבנים האָבן געפֿונען אַ חידושדיקן אויסוועג פֿון אַ שווערער הלכה־סיטואַציע.

די הײַנטיקע פּרשה הייבט זיך אָן מיט אַ ריי מיצוות, וואָס האָבן צו טאָן מיט די כּהנים. דער אייבערשטער האָט אָנגעזאָגט, אַז זיי טאָרן נישט קומען אין קאָנטאַקט מיט קיין מתים, אַחוץ געוויסע אויסנעמלעכע פֿאַלן. צוליב דעם, טאָר אַ כּהן נישט גיין אויף אַ בית־עולם.

פֿון דעסט וועגן, ווי באַלד די כּהנים ווילן אויך אַ מאָל גיין אויף קבֿר־אָבֿות, בפֿרט פֿון די גרויסע צדיקים, גיט מען זיך אַן עצה: אין אַ צאָל ערטער האָט מען אויסגעבויט ספּעציעלע קאָנסטרוקציעס, וואָס באַשיצן די באַזוכער פֿון טומאת־מת. למשל, דער קבֿר פֿונעם ליובאַוויטשער רבין אין קווינס — באַקאַנט ווי דעם „רבינס אוהל‟ — איז אַרומגערינגלט מיט אַ נידעריק ווענטל; אין אַזאַ פֿאַל מעג אַ כּהן צוקומען נעענטער צו דעם קבֿר.

ווײַטער שטייט אין אונדזער פּרשה געשריבן, אַז אַ כּהן טאָר נישט חתונה האָבן מיט אַ זונה אָדער אַ גרושה. די חז”ל דערקלערן, אַז גיורת ווערט אויך פֿאַררעכנט פֿאַר אַ „זונה‟.

פֿאַר אַ גיורת קאָן עס קלינגען ווי אַ באַליידיקונג. ס’איז וויכטיק אָבער צו באַמערקן, אַז די הלכה־דעפֿיניציע פֿון אַ „זונה‟ איז אין דעם פֿאַל גאָר אַ ספּעציפֿישע. אַן אײַנגעבוירענע ייִדישע פֿרוי, וואָס האָט געפֿירט אַ הפֿקרדיק אינטים לעבן, מעג יאָ חתונה האָבן מיט אַ כּהן, כּל־זמן אַלע אירע סעקס־פּאַרטנערן זענען געווען ייִדן, אָבער נישט קיין קרובֿים. אויב זי איז קיינמאָל נישט געגאַנגען אין מיקווה, איז זי באַגאַנגען אַ גרויסע עבֿירה, אָבער דווקא צוליב דעם ווערט זי נישט קיין „זונה‟.

אַזוי צי אַזוי, טרעפֿן זיך, אַוודאי, סיטואַציעס, ווען אַ כּהן פֿאַרליבט זיך אין אַ גרושה אָדער אין אַ ניט־ייִדישער פֿרוי, וועלכע ער וויל מגייר זײַן, כּדי חתונה האָבן מיט איר. אין דער געשיכטע זענען געשען אַ צאָל טשיקאַווע פֿאַלן, ווען די רבנים האָבן טאַקע מתּיר געווען אַזעלכע חתונות.

דעם קומענדיקן מאָנטיק, דעם 17טן טאָג אינעם חודש אייר, פֿאַלט אויס דער יאָרצײַט פֿונעם באַרימטן פּראָגער פּוסק, הרבֿ יחזקאל לאַנדא, באַקאַנט ווי דער „נודע ביהודה‟ (1713־1793). איינער אַ כּהן האָט זיך פֿאַרליבט אין אַ גרושה און האָט געבעטן בײַם רבֿ שטעלן די חופּה. דער רבֿ האָט זיך אָפּגעזאָגט. דעם חתנס טאַטע, אַ גרויסער גבֿיר, האָט געהאַט טיפֿע פֿאַרבינדונגען אין די הויכע פֿענצטער פֿון דער האַבסבורגער אימפּעריע. פּלוצעם איז צום „נודע ביהודה‟ געקומען אַ שליח פֿון דער אימפּעראַטאָרין מאַריִאַ טערעזאַ און באַטאָנט, אַז די מלכּה אַליין האָט באַשלאָסן, אַז דער חתן מוז חתונה האָבן מיט זײַן געליבטער.

צו מאַריִאַ טערעזאַ האָט דער „נודע ביהודה‟ זיך באַצויגן מיט גרויס דרך־ארץ. ער האָט כּסדר מתפּלל געווען פֿאַר איר. (מיט יאָרן שפּעטער, ווען זי איז געשטאָרבן, איז ער אויפֿגעטראָטן מיט אַ לאַנגן האַרציקן הספּד.) נו, וואָס טוט מען? דער רבֿ האָט אָפּגעפֿירט די חתן־כּלה אין אַ צימער און געהייסן דעם חתן אָנצוטאָן דעם קידושין־רינג אויף זײַן כּלהס פֿינגער מיט די ווערטער „הרי אַתּ מקודשת לי… לויטן געזעץ פֿון דער מלכּה מאַריִאַ טערעזאַ!‟

דער רבֿ האָט דערקלערט די פֿאַרחידושטע עדים, אַז „כּדת משה וישׂראל‟ טאָר אַזאַ פּאָרל זיכער חתונה נישט האָבן, אָבער לויט די קיניגלעכע געזעצן — יאָ! אויף אַזאַ נאָוואַטאָרישן אופֿן האָט ער פּשוט דורכגעפֿירט אַ ציווילע חתונה־צערעמאָניע.

דער סוד באַשטייט אין דעם, וואָס אַ כּהן טאָר נישט חתונה האָבן מיט געוויסע פֿרויען, אָבער מעג זיי האַלטן פֿאַר פּילגשים. אַ ציווילע חתונה ווערט אָפֿט באַטראַכט אין הלכה ווי אַ מין אָפֿיציעל רעגיסטרירטע פּילגש־באַציִונג.

פּונקט אַזוי האָט געטאָן הרבֿ דוד־צבֿי האָפֿמאַן (1843־1921) — אַ באַקאַנטער רומעניש־געבוירענער דײַטשישער פּוסק. איינער אַ כּהן האָט געוואָלט חתונה האָבן מיט אַ ניט־ייִדישער פֿרוי. דער רבֿ האָט פֿאַרשטאַנען, אַז דער חתן איז פֿאַרליבט אין איר און וועט מיט איר סײַ־ווי־סײַ לעבן. צו פֿאַרמײַדן דעם סקאַנדאַל און חילול־השם, האָט ער אויף גיכן מגייר געווען די פֿרוי און געהייסן זיי חתונה האָבן דורך אָפֿיציעלע רעגירונג־אינסטאַנצן. באַקומט זיך, אַז על־פּי הלכה איז פֿאַר אַ פֿאַרליבטן כּהן פֿאַראַן אַ האָפֿענונג — הגם די פֿראַגע, צי מע מעג לעבן בכלל מיט אַ פּילגש אָן קיין חופּה־וקידושין בלײַבט אַ סענסיטיווע קאָנטראָווערסאַלע פֿראַגע.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.