„זום‟־קאָכקלאַס אויף ייִדיש פֿאַר קינדערZoom cooking class in Yiddish for kids
די סעסיע, וואָס איז פֿאָרגעקומען דעם 3טן מײַ, האָט צוגעצויגן בערך 15 משפּחות פֿון אַ צאָל שטעט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן און קאַנאַדע.
פֿאַראַכטאָגן זונטיק איז פֿאָרגעקומען, צום ערשטן מאָל, אַ קאָכקלאַס פֿאַר קינדער אויף ייִדיש דורך „זום‟.
שוין עטלעכע יאָר וואָס איך פֿיר איך אָן מיט אַ חודשלעכן קאָכקלאַס פֿאַר קינדער אויף ייִדיש, מיטן נאָמען „פּריפּעטשיק‟, בײַ מיר אין שטוב אין יאָנקערס, ניו־יאָרק. דער „פּריפּעטשיק קאָכקלאַס‟ איז אַ נײַער גילגול פֿון דער אַמאָליקער „פּריפּעטשיק־שפּילגרופּע‟ וואָס איך האָב געפֿירט מיט ייִדיש־רעדנדיקע קינדער (אַרײַנגערעכנט מײַנע אייגענע דרײַ זין) יעדע וואָך אין מאַנהעטן במשך פֿון די 1980ער און 1990ער יאָרן. אַ טייל פֿון יענע אַמאָליקע תּלמידים מײַנע זענען איצט אַליין עלטערן פֿון ייִדיש־רעדנדיקע קינדער.
זינט דער קאָראָנאַ־ווירוס איז באַפֿאַלן ניו־יאָרק אָנהייב מאַרץ האָט „פּריפּעטשיק‟ זיך מער נישט געקענט טרעפֿן פּנים־אל־פּנים. האָב איך באַשלאָסן צו אָרגאַניזירן דעם קאָכקלאַס דורך „זום‟ און דערבײַ זיך געכאַפּט אַז דורך אַזאַ מיטל קען מען פֿאַרבעטן משפּחות פֿון איבער דער גאַנצער וועלט זיך צו באַטייליקן!
האָב איך, און עטלעכע ייִדיש־רעדנדיקע עלטערן אַרויסגעלאָזט אַ מעלדונג אַז עס וועט פֿאָרקומען אַזאַ קלאַס זונטיק, דעם 3טן מײַ, 4:00 נאָך מיטאָג ניו־יאָרקער צײַט, וווּ מע וועט מאַכן אַ גרינסנזופּ. בערך 15 משפּחות האָבן זיך פֿאַרשריבן — פֿון ניו־יאָרק, באָלטימאָר, מאַסאַטשוסעטס, קאַליפֿאָרניע, קאַנאַדע און אַנדערע ערטער. האָב איך צעשיקט צו אַלע רעגיסטרירטע משפּחות די רשימה מכשירים און אינגרעדיענטן וואָס מע דאַרף האָבן אויף צו מאַכן די זופּ.
כאָטש דאָס איז געווען צום ערשטן מאָל וואָס דער „פּריפּעטשיק קאָכקלאַס‟ ווערט געפֿירט דורך „זום‟, איז עס געגאַנגען זייער גלאַטיק. אין איינעם האָבן מיר צעשניטן די גרינסן און סײַ די קינדער סײַ די טאַטעס און מאַמעס האָבן מיך געשטעלט פֿראַגעס בשעתן קאָכן. געוויסע קינדער האָבן אַרויסגעוויזן אַ שעפֿערישן חוש, ווי, למשל, סענדער גלעזער, וואָס האָט זיך אָנגעטאָן אַ פּאָר שווימברילן בײַם צעשנײַדן די ציבעלע, כּדי עס זאָלן אים נישט קומען קיין טרערן אין די אויגן.
נאָכן קאָכקלאַס האָבן עטלעכע משפּחות מיר געשריבן אַז די זופּ איז געווען זייער געשמאַק און געפֿרעגט ווען טרעפֿט מען זיך ווידער. אסתּרל בערגער האָט מיר אָנגעשריבן דאָס ווײַטערדיקע בריוועלע וואָס איר טאַטע, שלום בערגער, האָט מיר איבערגעשיקט דורך בליצפּאָסט:
כּדי אַרײַנצוכאַפּן אַ סעסיע פֿאַר שבֿועות, וועט מען זיך ווידער טרעפֿן זונטיק, דעם 24סטן מײַ, 12:00 בײַ טאָג. (יעדעס מאָל וועלן מיר זיך טרעפֿן אין אַן אַנדער צײַט, כּדי די משפּחות וואָס וווינען אין אַן אַנדערער צײַטזאָנע זאָלן זיך אויך קענען באַטייליקן כאָטש אַ טייל פֿון דער צײַט.)
אויב אײַער קינד אָדער אייניקל קען ייִדיש און וויל אָנטייל נעמען אינעם „פּריפּעטשיק־קאָכקלאַס‟, שיקט מיר אַ בליצבריוו אויף דעם אַדרעס: schaechter@forward.com
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO