Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

איז לוסי דאַווידאָוויטש טאַקע געווען אַ גרינדער פֿון נעאָקאָנסערוואַטיזם?Was Lucy Dawidowicz really a foremother of neoconservatism?

נענסי סינקאָף דערקלערט ווי לוסי דאַווידאָוויטשעס איבערגעגעבנקייט צום מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום האָט דערפֿירט צו איר פּאָליטישער טראַנספֿאָרמאַציע.

אין דער דעדיקאַציע־זײַט צו דער פּרעכטיקער ענגלישער איבערזעצונג פֿון די זכרונות פֿון גליקל פֿון האַמעל, אַרויסגעלאָזט פֿונעם „פֿאָנד לטובֿת דער איבערזעצונג פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור‟, שטייט געשריבן: „געווידמעט מיט ליבשאַפֿט זײַן גרינדערין און דירעקטאָרין, לוסי ס. דאַווידאָוויטש.‟

אָן שום ספֿק וואָלטן מיר — די פֿאָרשער פֿון ייִדיש און דער ייִדישער געשיכטע — נישט זוכה געווען צו באַקומען אָט די אויסערגעוויינטלעכע ענגליש־שפּראַכיקע אויפֿלאַגע פֿון גליקלס זכרונות, ווען ניט דער איבערגעגעבנקייט פֿון דער באַרימטער (און צו מאָל קאָנטראָווערסיאַלער) היסטאָריקערין, לוסי (ליבע) שילדקרעט דאַווידאָוויטש.

אין זײַן פּראָוואָקאַטיוון אַרטיקל, „ייִדיש, וויסנשאַפֿט און נעאָקאָנסערוואַטיזם‟, שרײַבט עדי מהלאל, גאַסט־געהילף־פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדיש־שטודיעס בײַם מערילאַנדער אוניווערסיטעט, אַז נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט זיך באַוויזן אַ נעאָקאָנסערוואַטיווע טעדענץ אין דער ייִדישער וויסנשאַפֿט, בפֿרט בײַ די אידעען פֿון לוסי דאַווידאָוויטש, רות ווײַס און יצחק באַשעוויס זינגער.

מהלאל טענהט אַז נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה האָבן פֿאָרשער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור און קולטור בכּיוון אָפּגעשוואַכט און אַפֿילו „פֿאַרדרייט‟ דעם סאָציאַליסטישן און קאָמוניסטישן הינטערגרונט פֿון עטלעכע גרויסע ייִדישע שרײַבער — בפֿרט י. ל. פּרץ — לטובֿת אַן אַנטי־מאַרקסיסטישן, פּראָ־קאַפּיטאַליסטישן, פּאָליטיש רעכט־געשטימטן קוקווינקל. מהלאל באַדויערט, למשל, באַשעוויסעס „אומגלויבן אין דער מעגלעכקייט פֿון, און נייטיקייט פֿאַר דעם אָנגייענדיקן פּראָגרעס פֿון דער מענטשהייט און דער געזעלשאַפֿט‟. מהלאל האַלט אַז דאָס געביט פֿון ייִדיש־שטודיעס דאַרף באַטראַכטן ווי אַזוי די פֿיגורן וואָס האָבן אָנגעפֿירט מיט קורסן און איבערזעצונגען נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה האָבן געצילעוועט אָפּצושוואַכן דעם לינק־געשטימטן כאַראַקטער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור.

ווי אַ היסטאָריקערין פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישער געשיכטע, און נישט קיין ליטעראַטור־פֿאָרשער, בין איך נישט מסוגל צו דיסקוטירן רות ווײַס און באַשעוויס. איך וואָלט אָבער יאָ געוואָלט איבערגעבן מײַנע אייגענע אײַנדרוקן וועגן לוסי ס. דאַווידאָוויטש, וואָס איך האָב וועגן איר ערשט אַרויסגעגעבן דאָס בוך, „פֿון לינקס אויף רעכטס: לוסי ס. דאַווידאָוויטש, די ניו־יאָרקער אינטעליגענטן און די פּאָליטיק פֿון דער ייִדישער געשיכטע‟. איך בין מסכּים מיט מהלאל אַז דאַווידאָוויטשעס „אייראָפּעיִשקייט‟, איר פֿולשטענדיקע אידענטיפֿיקאַציע מיט דער צעשטערטער ציוויליזאַציע פֿון אַשכּנזישן ייִדנטום, האָט געשפּילט די הויפּטראָלע אין איר איבערגאַנג פֿון אַ לינק־געשטימטן וועלטבאַנעם אויף אַ רעכט־געשטימטן. אָבער איך האַלט אַז דאַווידאָוויטשעס פּאָליטישער איבערגאַנג איז געווען אַ סימן פֿון איר איבערגעגעבנקייט צום געדאַנק אַז די ייִדישע קולטור מוז זײַן אומאָפּהענגיק פֿון פּאָליטיק; אַז דער עיקר איז די ייִדישע אידענטיטעט און קולטור; און אויפֿן צווייטן אָרט — די פּאָליטיק.

ליבע, אָדער לוסי, שילדקרעט איז דערצויגן געוואָרן אין דער סאָציאַליסטיש־געשטימטער סבֿיבֿה פֿון די ייִדישע אימיגראַנטן אין ניו־יאָרק צווישן די צוויי וועלט־מלחמות. זי האָט זיך געלערנט אין אַ שלום־עליכם פֿאָלקשול און האָט זומערצײַט פֿאַרבראַכט בײַם זומער־לאַגער פֿונעם שלום־עליכם פֿאָלק אינסטיטוט — קעמפּ בויבעריק. דער אינסטיטוט איז געווען אומפּאַרטיייִש, כאָטש אַ סך פֿון זײַנע אַקטיוויסטן זענען געווען לינק־געשטימט. ווי אַ סטודענטקע אין האָנטער־קאָלעדזש איז לוסי צוויי יאָר לאַנג געווען אַקטיוו אין דער „יונגער קאָמוניסטישער ליגע‟. ווי די רעדאַקטאָרין פֿונעם ליטעראַרישן זשורנאַל פֿונעם קאָלעדזש, Echo, האָט זי געפּריידיקט אַז „קונסט קען בליִען בלויז אויב זי קאָנצענטרירט זיך און אַנטפּלעקט כּסדר דעם מצבֿ פֿון די מאַסן‟. אין 1936 האָט לוסי אָבער פֿאַרלאָזט, אָדער איז אַרויסגעשטויסן געוואָרן פֿון דער „יונגער קאָמוניסטישער ליגע‟, און האָט זיך שוין מער נישט אומגעקערט צו די אידעען פֿון דער לינקער באַוועגונג.

אין 1938 האָט זי געשריבן צו איר חבֿרטע, עוועלין קאָנאָף, אַז סטאַלינס „מאָסקווער פּראָצעסן‟ האָבן אַנטפּלעקט די דיקטאַטאָרישע היפּאָקריטסטווע פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. די אָרטיקע קאָמוניסטן — האָט זי דערקלערט — מוזן קומען צום אויספֿיר אַז די רעוואָלוציע איז געווען אַ קונץ מאַניפּולירט פֿון אַ באַנדע פֿאַרברעכער און רוצחים; אַז דער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד איז בכלל אַ שווינדל; אַז דער מצבֿ ווערט אַלץ מער גרויליק פֿון טאָג צו טאָג און שטינקט נאָך מער ווי דאָס ערגסטע וואָס די צאַרן האָבן אַ מאָל אָפּגעטאָן.‟

הייסט עס, ווען לוסי איז אָנגעקומען אין ווילנע סוף־זומער 1938 האָט זי שוין במילא מער נישט געהאַט קיין סימפּאַטיע צום לינקן פֿליגל בײַ ייִדן. נישט קיין ספֿק אַז איר נאָענטקייט צו זעליג קאַלמאַנאָוויטש, וואָס האָט פֿײַנט געהאַט די באָלשעוויסטן, און צו זײַן אייגענער גענאַרונג מיט קאָמוניזם און אַנדערע אוטאָפּישע אידעאָלאָגיעס, האָט געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין איר פּאָליטישער אַנטוויקלונג. זי איז אָבער געווען אַן אומאָפּהענגיקע דענקערין; האָט געמאַכט אירע אייגענע באַשלוסן און האָט במשך פֿונעם גאַנצן לעבן עפֿנטלעך אויסגעדריקט אירע געדאַנקען.

לוסי איז אַנטלאָפֿן פֿון ווילנע גלײַך נאָכן היטלער־סטאַלין־אָפּמאַך סוף־אויגוסט 1938 — אַ געשעעניש וואָס האָט, אפֿשר נאָך מער ווי די „מאָסקווער פּראָצעסן‟, אַנטפּלעקט די פֿאַרבלענדונג פֿון די „אַטיפֿאַשיסטישע‟ צוזאָגן פֿון דער סאָוועטישער אויסלאַנד־פּאָליטיק. ווען זי איז אָנגעקומען אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן אין סעפּטעמבער איז עס געווען אַ דאַנק איר אַמעריקאַנער פּאַספּאָרט; אָט דער פֿאַקט האָט שפּעטער געשפּילט אַ גרויסע ראָלע אין אירע פּאָליטישע אידעען און פּאַטריאָטיזם.

אין דער קומעדיקער סטאַדיע פֿון איר לעבן איז שוין געווען פֿאַרשטענדלעך פֿאַר וואָס ס׳האָט זיך בײַ לוסין אַנטוויקלט ממש אַ דערווידער צום קאָמוניזם. במשך פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה, האָט זי מיטגעאַרבעט מיט מאַקס ווײַנרײַך — אַ הויפּט־פֿיגור אין איר לעבן זינט איר יאָר אין ווילנע — בײַם אַמעריקאַנער צווײַג פֿון ייִוואָ, וואָס איז געווען בלויז אַ שאָטן פֿונעם צעשטערטן אייראָפּעיִשן צווײַג פֿון ייִוואָ. דורך ווײַנרײַכן האָט זי באַקומען די שרעקלעכע בשׂורה אַז זלמן רייזען, דער גרויסער היסטאָריקער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, איז דערהרגעט געוואָרן — דורך די סאָוועטן.

נאָך דער מלחמה, ווען שמערקע קאַטשערגינסקי און אַבֿרהם סוצקעווער האָבן זיך אומגעקערט קיין ווילנע צו ראַטעווען די ייִדישע קולטור־אוצרות וואָס די „פּאַפּירענע בריגאַדע‟ האָט געהאַט באַהאַלטן אין געטאָ, האָבן די צוויי דיכטער געוואָרנט ווײַנרײַכן אַז די סאָוועטן האָבן נישט קיין שום אינטערעס אין אַן אויטאָנאָמישער ייִדישער קולטור. ווײַנרײַך האָט זיך אַליין טאַקע געזאָרגט וועגן די סאָוועטישע פּרעטענזיעס אויף די ייִדישע קולטורעלע פֿאַרמעגנס. בעת איר אַרבעט ווי אַ פּעדאַגאָגישע באַאַמטע בײַם „דזשוינט אין 1946־1947 האָט לוסי נאָענט מיטגעאַרבעט מיט ווײַנרײַכן בײַם אַריבערברענגען די ווילנער אַרכיוון קיין ניו־יאָרק.

Lucy Dawidowicz

לוסי דאַווידאָוויטש אין אייראָפּע אין 1946 ווי אַ מיטאַרבעטערין בײַם דזשוינט. Image by Nancy Sinkoff

נאָכן אומקערן זיך קיין ניו־יאָרק האָט דאַווידאָוויטש גענומען אַרבעטן פֿאַרן אַמעריקאַנער ייִדישן קאָמיטעט, וווּ זי האָט געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין דעם קאָמיטעטס קאַמפּאַניע קעגן קאָמוניזם. צווישן 1949 און 1969 האָט דאַווידאָוויטש זיך נאָך אַלץ געהאַלטן מיט די פּראָ־רוזוועלטישע דעמאָקראַטן וואָס זענען געווען ליבעראַל־געשטימט אָבער אַנטי־קאָמוניסטיש. איינע פֿון די ערשטע רעצענזיעס וואָס דאַווידאָוויטש האָט אָנגעשריבן פֿאַרן זשורנאַל „קאָמענטערי‟, וואָס איז דעמאָלט נאָך נישט געווען קיין נעאָ־קאָנסערוואַטיווע צײַטשריפֿט, איז געווען פֿון אַ בוך וועגן דעם מאָרד פֿון צוויי בונדיסטן, הענריק ערלעך און וויקטאָר אַלטער דורך די סאָוועטן. ס׳איז קלאָר, אַז דאַווידאָוויטשעס אַנטי־קאָמוניזם איז געווען אַ פּועל־יוצא פֿון איר איבערגעגעבנקייט צום ייִדישן פֿאָלק, נישט פֿאַרקערט.

אין מײַן בוך טענה איך אַז דאַווידאָוויטש האָט נאָך אין ווילנע אָנגעהויבן האָבן ספֿקות וועגן איר סעקולערער ייִדישיסטישער אידענטיטעט. אַרבעטנדיק בײַם „אַמעריקאַנער ייִדישן קאָמיטעט‟, וווּ מע האָט תּמיד באַצייכנט די ייִדן ווי אַ רעליגיע, נישט ווי קיין פֿאָלק אָדער ענטישע גרופּע, האָט זיך בײַ לוסין אַנטוויקלט אַן אינטערעס צום ייִדישן רעליגיעזן לעבן־שטייגער. צום טייל איז עס מסתּמא אויך געווען אַ רעאַקציע צום סאָוועטישן אַטעיִזם, אָבער דער עיקר איז עס געווען צוליב איר זאָרג איבער דער צוקונפֿט פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. נאָכן חורבן האָט ווײַנרײַך אַליין אָנגעהויבן קלערן וועגן דער וויכטיקייט פֿון דער ייִדישער רעליגיעזער טראַדיציע אין דער ייִדישער שפּראַך, און דאַווידאָוויטש — אויך אַזוי. זי האָט איצט געגלייבט אַז שפּראַך אַליין קען נישט ממשיך זײַן אַ קולטור, אַז ייִדיש קען קיין מאָל נישט ווערן אַ במקום פֿאַר דער מעטאַפֿיזישער וועלט פֿון רעליגיע.

בײַם סוף פֿון די 1960ער, זעענדיק ווי די יונגע ראַדיקאַלן, פֿאַרהילט אין די אוטאָפּישע אידעאַלן פֿון דער אַלטער לינקער גוואַרדיע, וואַרפֿן אין גאַנצן אָפּ די ייִדישע טראַדיציע, האָט דאַווידאָוויטש — וואָס איז שוין פֿריִער אָפּגעשטויסן געוואָרן פֿון זייער עם־האָרצות וואָס שייך דעם קאָמוניסטישן אַטאַק אויף ייִדישער אויטאָנאָמיע, און וואָס האָט אַליין געשטרעבט צו פֿאַרזיכערן אַ ייִדישע צוקונפֿט — זיך דערנענטערט צום רעכט־ליניקן לאַגער.

בײַם סוף פֿון איר קאַדענץ בײַם „אַמעריקאַנער ייִדישן קאָמיטעט‟, האָט דאַווידאָוויטש אַרויסגעגעבן אַ זאַמלונג היסטאָרישע דאָקומענטן, „די גאָלדענע טראַדיציע: דאָס ייִדישע לעבן און דענקען אין מיזרח־אייראָפּע‟. אין פֿאַרגלײַך מיט מהלאל, בין איך געקומען צום אויספֿיר אַז דאַווידאָוויטשעס אָפּקלײַב אין יענעם בוך איז דווקא פּאָליטיש אוניווערסאַל. אינעם צענטן קאַפּיטל, „אין די רעוואָלוציאָנערע באַוועגונגען‟, ברענגט זי עסייען פֿון חיים זשיטלאָווסקי, לעאָן טראָצקי און שלום שוואַרצבאַרד. אויב זי וואָלט אַרויסגעלאָזט דאָס בוך אין די 1970ער וואָלט זי מסתּמא נישט געהאַט קיין אָרט אויף לינק־געשטימטע אידעאָלאָגן און אַקטיוויסטן.

דעם אַכטן קאַפּיטל האָט זי געווידמעט פֿיגורן וואָס זי האָט געהאַלטן זענען מאַרגינאַל, ווי דוד כוואָלסאָן, אַבֿרהם אורי קאָוונער, יאַן בלאָך, אַנרי בערגסאָן און לעאָפּאָלד אינפֿעלד. דאַווידאָוויטש האָט זיי אַרײַנגענומען אין דער זאַמלונג, נישט געקוקט אויף דעם וואָס זיי האָבן זיך אַלע געשמדט (אינפֿעלד האָט זיך טאַקע נישט געשמדט אָבער איז געווען שטאַרק אַסימילירט). איר באַשלוס זיי אײַנצושליסן איז געווען אַ סימן פֿון איר אייגענער דעמאָלטדיקער שטיצע פֿון גלותדיקע פֿאָלקישקייט. נישט געקוקט אויף זייער רעליגיעזער אַפֿיליאַציע האָבן די מענער נישט געקענט אָפּמעקן זייער ייִדישן אָפּשטאַם.

אין די אָנהייב־1980ער האָט דאַווידאָוויטש זיך שוין שטאַרק אידענטיפֿיצירט מיטן נעאָקאָנסערוואַטיוון פּאָליטישן פֿליגל, רופֿנדיק אַלע אַמעריקאַנער ייִדן צו שטיצן ראָנאַלד רייגענס פּרעזידענט־קאַמפּאַניע. איך האַלט אַז איר אָנשליסן זיך אין דער רעפּובליקאַנער פּאַרטיי איז געווען פֿאַרבונדן מיט איר טיפֿער זאָרג פֿאַרן אַנטיסעמיטיזם בײַם לינקן פֿליגל פֿון דער דעמאָקראַטישער פּאַרטיי וואָס האָט שוין אָנגעהויבן, ווי זי האָט געזאָגט, צו פֿאַרסמען די אַקאַדעמישע וועלט. איר אומצוטרוי צו די אינטעליגענטן האָט זיך געצויגן נאָך צו איר יאָר אין ווילנע, ווען אַנטיסעמיטישע סטודענטישע כוליגאַנעס, אינדאָקטרינירטע בײַם אוניווערסיטעט, האָבן כּסדר געשטעלט אין סכּנה דאָס טאָג־טעגלעכע לעבן פֿון די ייִדן. איר צוזאַמענאַרבעט מיט ווײַנרײַכן אויף זײַן בוך, „היטלערס פּראָפֿעסאָרן: די ראָלע פֿון דער וויסנשאַפֿט אין דײַטשלאַנדס פֿאַרברעכנס קעגן דעם ייִדישן פֿאָלק‟, האָט אַנטפּלעקט ווי אַזוי פֿיל „געבילדעטע‟ פּראָפֿעסאָרן האָבן געקענט ווערן אידעאָלאָגישע קאָלאַבאָראַטאָרן מיט די נאַציס.

אין בערך דער זעלבער צײַט וואָס דאַווידאָוויטש האָט געבעטן די ייִדן צו שטימען פֿאַר דער רעפּובליקאַנער פּאַרטיי האָט זי אָנגעהויבן זאַמלען געלט פֿאַרן „פֿאָנד פֿאַר דער איבערזעצונג פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור‟ און שרײַבן אירע זכרונות. זי האָט זיך נישט בלויז געוואָנדן צו אירע פֿרײַנד בײַ „קאָמענטערי‟ צו געבן אַ בײַשטײַער, נאָר אויך צו מאָריס אייבראַם, אַ צענטריסטישן ליבעראַל, און אירווינג האַו, וואָס איז אויפֿן גאַנצן לעבן פֿאַרבליבן אַ סאָציאַליסט. און ווי מע זעט פֿון איר בוך זכרונות, „פֿון יענעם אָרט און צײַט, 1938־1947‟, פֿאַרטושט זי נישט איר אייגענע לינקע אָדער סעקולאַריסטישע פֿאַרגאַנגענהייט.

צו שרײַבן אַז לוסי ס. דאַווידאָוויטש איז געווען אַ „גרינדערין‟ פֿון נעאָקאָנסערוואַטיזם ווײַזט אַן אומפֿאַרשטאַנד פֿונעם היסטאָרישן קאָנטקעסט ווײַל דער נעאָקאָנסערוואַטיווער שטראָם האָט זיך אָנגעהויבן אין די סוף־1960ער יאָרן און דאַווידאָוויטש האָט קיין מאָל נישט זיך אונטערגענומען צו שאַפֿן אַ פּאָליטישע באַוועגונג. דאַווידאָוויטשעס סקעפּטיציזם צום סעקולערן ייִדישיזם און לינקע אידעאָלאָגיעס — און איר שׂינאה פֿאַר קאָמוניזם — האָט זיך שוין באַוויזן אין די 1930ער יאָרן. דערצו האָבן אירע פּאָליטישע געדאַנקען זיך נישט אַנטוויקלט אין אַ גלײַכער ליניע. ס׳איז געווען אַ פּראָדוקט פֿון דער געשיכטע, פֿון אירע אייגענע איבערלעבונגען און בפֿרט פֿון איר האָבן געווען אַן עדות אויף דער פֿאַרוויסטונג פֿונעם אייראָפּעיִשן ייִדנטום; און במילא — פֿון איר טיפֿער איבערגעגעבנקייט צום ייִדישן פֿאָלק.

אַ דאַנק איר מסירת־נפֿש, האָט לוסי ס. דאַווידאָוויטש געזאַמלט די פֿאָנדן פֿאַר דער איבערזעצונג פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור און דערבײַ דערמעגלעכט די ענגלישע איבערזעצונג פֿון גליקלס פּרעכטיק ווערק.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.