Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

מיט אַ ביציקל איבער דער אָנגעשטעקטער שטאָטCycling across an infected city

די מאַסקירטע טוריסטן האָבן באַזוכט ערטער פֿון פֿריִערדיקע עפּידעמיעס אין פּעטערבורג און זיך דערוווּסט וואָס מע האָט דאָרט געטאָן וועגן דעם.

מיט אַ יאָר צוריק האָט דער „פֿאָרווערטס‟ פֿאַרעפֿנטלעכט מײַן אַרטיקל וועגן דער „פֿאָלק־געשיכטע פֿון ישׂראל‟ — אַ בוך פֿונעם פּעטערבורגער היסטאָריקער ד״ר אַרטיאָם קירפּיטשענאָק. אויפֿן מוסטער פֿונעם אַמעריקאַנער מחבר האַואַרד זין, דערציילט קירפּיטשענאָק וועגן דער ישׂראלדיקער געשיכטע „פֿון אונטן‟, שטעלנדיק דעם טראָפּ נישט אויף די וועלט־באַרימטע פֿיגורן און היסטאָרישע געשעענישן, נאָר אויפֿן סאָציאַלן מצבֿ און קוקווינקל פֿון די פּשוטע מענטשן, פֿון חרדים ביז פּאַלעסטינער — צוויי גאַנץ באַזונדערע, אָבער מאַרגינאַליזירטע באַפֿעלקערונג־גרופּעס.

מיט וואָס קען זיך פֿאַרנעמען אַ פּראָפֿעסיאָנעלער היסטאָריקער אין די הײַנטיקע קאַראַנטין־טעג, ווען אַלע אוניווערסיטעטן, ביבליאָטעקן און אַנדערע ערטער, וווּ געוויינטלעך טרעט מען אויף מיט לעקציעס, זענען פֿאַרמאַכט? הגם בײַם אָנהייב פֿון דעם אַלוועלטלעכן קריזיס האָט רוסלאַנד באַטראַכט דעם קאָראָנאַ־ווירוס ווי אַ זעלטענע פֿרעמדע קרענק, האָט די מגפֿה זיך לעצטנס שטאַרק פֿאַרשפּרייט אין רוסלאַנד.

דערנאָך איז דעם היסטאָריקער אײַנגעפֿאַלן צו פֿירן קליינע עקסקורסיעס איבער דער שטאָט אויף וועלאָסיפּעדן, ווײַזנדיק די ערטער, וווּ עס זענען אַמאָל אויסגעבראָכן געפֿערלעכע עפּידעמיעס, און וווּ עס זענען געשטאַנען שפּיטעלער פֿאַר די אָנגעשטעקטע. די אַטמאָספֿער פֿון דער האַלב־ליידיקער שטאָט, וווּ מע זעט נישט מער קיין המונען אויסלענדישע טוריסטן און בלויז אַ קליינע צאָל אָרטיקע תּושבֿים בלאָנדזשען אַרום אין מאַסקעס, גיט צו צו די עקסקורסיעס אַ געוויסן טעם פֿון היסטאָרישן רעאַליזם.

די באַטייליקטע, זייער קליינע גרופּעס טוריסטן, טראָגן אויך מאַסקעס; פֿאָרנדיק אויף ביציקלען, האַלטן זיי ממילא אָפּ די נייטיקע דיסטאַנץ איינער פֿונעם צווייטן. אַזוי אַרום, ווערן די קאַראַנטין־נאָרמען בעת אַזעלכע אומגעוויינטלעכע נסיעות פֿולשטענדיק אָפּגעהיט. ס׳רובֿ אָנטיילנעמער זענען געקומען פֿון מאָסקווע, וווּ דער קאָראָנאַ־ווירוס איז געוואָרן אַ באַזונדערס אַקטועלע פּראָבלעם. אין איין נסיעה האָבן זיך אויך באַטייליקט אַ פּאָר פּעטערבורגער. אַחוץ דער טרויעריקער געשיכטע פֿון פֿאַרשיידענע עפּידעמיעס, האָבן די וועלאָסיפּעדיסטן געהאַט די זעלטענע געלעגנהייט צו פֿאָטאָגראַפֿירן די באַרימטע אַרכיטעקטור־דענקמעלער כּמעט אָן קיין אויטאָס און פֿוסגייער אויף די גאַסן.

דער היסטאָריקער איז געבליבן געטרײַ זײַן פּרינציפּ פֿון „פֿאָלק־געשיכטע‟. די עקסקורסאַנטן האָבן, דער עיקר, באַזוכט אַזעלכע ערטער, וואָס ס׳רובֿ טוריסטן וואָלט נישט אײַנעפֿאַלן צו גיין זען, און וואָס אַ טייל פֿון זיי האָבן נאָך אַלץ אַ פֿינצטערן בײַ־טעם. אַמאָל האָבן זיי אָבער געשפּילט גאָר אַ גרויסע ראָלע אינעם לעבן פֿונעם פֿאָלק.

בסך־הכּל, האָט קירפּיטשענאָק שוין דורכגעפֿירט דרײַ אַזעלכע אַרויספֿאָרן. דער מאַרשרוט „פֿון פּאָקן ביז כאָלערע‟ האָט זיך אָנגעהויבן פֿונעם היסטאָרישן „אַלעקסאַנדר־ליציי‟. אויפֿן דאָזיקן אָרט איז געשטאַנען אַ גרויסער פּריצישער הויף, וווּ אינעם יאָר 1768 האָט מען געעפֿנט דעם ערשטן צענטער פֿאַר דער סכּנותדיקער פּראָצעדור, וואָס האָט געראַטעוועט אַ סך מענטשן פֿון די פּאָקן, אַרײַנגערעכנט די מלכּה יעקאַטערינאַ די צווייטע אַליין.

קיין עכטע וואַקצינען זענען אין יענער תּקופֿה נאָך נישט געווען; אינעם צענטן יאָרהונדערט האָבן די פּערסישע דאָקטוירים אַל־ראַזי און אבן־סינאַ שוין באַמערקט, אַז אויב מע שטעקט עמעצן בכּיוון אָן מיט אַ לײַכטערער פֿאָרעם פֿון פּאָקן, ווערט דער אָנגעשטעקטער באַשיצט פֿון דער עכטער מחלה. די סכּנה באַשטייט אין דעם, וואָס די לײַכטע פֿאָרעם איז נאָך אַלץ טייטלעך פֿאַר בערך 2% מענטשן.

נאָכן באַזוכן די צענטראַלע ראַיאָנען פֿון דער שטאָט, וווּ דער צאַר פּיאָטר דער צווייטער איז טאַקע אומגעקומען פֿון פּאָקן, און וווּ אינעם יאָר 1831 האָט די עפּידעמיע פֿון כאָלערע גורם געווען אַ מאַסן־אויפֿשטאַנד פֿון אָרעמע־לײַט, האָט קירפּיטשענאָק געוויזן די טוריסטן דעם אָבוכאָוו־שפּיטאָל — איינער פֿון די ערשטע שפּיטעלער אין פּעטערבורג, געעפֿנט אין 1779. די דאָקטוירים האָבן דאָרטן געשטרעבט אויסצוהיילן די חולים בעת די כאָלערע־עפּידעמיעס, און שפּעטער — בעת דער שרעקלעכער „שפּאַנישער גריפּע‟, וואָס האָט אין 1918־1920 אומגעבראַכט צענדליקער מיליאָנען מענטשן איבער דער וועלט. דער מאַרשרוט פֿאַרענדיקט זיך אויפֿן אָרט פֿונעם געוועזענעם מיטראָפֿאַניעוו־צווינטער, געשאַפֿן אין 1831 ספּעציעל פֿאַר כאָלערע־קרבנות.

אויפֿן וועג האָט קירפּיטשענאָק דערציילט וועגן די אַמאָליקע פּראָבלעמען מיט דער קאַנאַליזאַציע־סיסטעם און אַנדערע צרות, וואָס האָבן גורם געווען מאַסן־עפּידעמיעס, בפֿרט צווישן די אָרעמע קלאַסן. אין דער זעלבער צײַט, איז די אַלגעמיינע כּוונה פֿון די עקסקורסיעס דווקא אַ פּאָזיטיווע; דער היסטאָריקער באַטאָנט, אַז אין דער געשיכטע זענען שוין געווען אַ סך עפּידעמיעס וואָס זענען געווען אַ סך געפֿערלעכער, ווי דער קאָראָנאַ־ווירוס – למשל, די פּעסט־אויסבראָכן. פֿאָרט, לעבן מענטשן דאָך ווײַטער!

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.