Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אינטערנעץ־קורסן בײַם ייִוואָ זייער פּאָפּולער בשעת דער מגפֿהYIVO’s online courses see record traffic during pandemic

עקספּאָנאַטן פֿונעם אַרכיוו דינען ווי דער סטימול אין די קלאַסן וועגן דער ייִדישער געשיכטע, קיך און קולטור.

אַזוי ווי ס׳רובֿ געשעפֿטן, מוזייען און טעאַטערס, לײַדן איצט די אַרכיוון און ספּעציאַליזירטע ביבליאָטעקן צוליבן קאָראָנאַ־ווירוס. אַז די מיטאַרבעטער און פֿאָרשער האָבן ניט קיין צוטריט צו די דאָקומענטן און ביכער, און דער ברייטער עולם קען ניט קומען אויף קיין קלאַסן אָדער לעקציעס וואָס טרעפֿן זיך פּנים־אל־פּנים, זעען הײַנט אויס אַ סך פֿאָרש־אינסטיטוציעס כּמעט ווי פֿאַרגליווערט.

ניט אַזוי איז אָבער דער מצבֿ בײַם ייִוואָ. כאָטש מע קען טאַקע ניט צוקומען צו די 400,000 ביכער אָדער 23 מיליאָן דאָקומענטן און חפֿצים אינעם ייִוואָס אַרכיוו בײַם „צענטער פֿאַר דער ייִדישער געשיכטע“, באַנוצן הײַנט מער מענטשן ווי קיינמאָל פֿריִער ייִוואָס זאַמלונגען.

באַלד נאָך דעם וואָס מע האָט אין מאַרץ פֿאַרשפּאַרט טיר און טויער אין ניו־יאָרק, האָט דער ייִוואָ באַשלאָסן צו דערלויבן דעם ברייטן עולם זיך צו פֿאַרשרײַבן אויף די אינטערנעץ־קורסן, די „שײַן־אָנלײַן־דערציִונג־סעריע“ — פֿרײַ פֿון אָפּצאָל. זינט דעמאָלט, האָבן זיך פֿאַרשריבן אין די קורסן נאָך 12,000 מענטשן, אַ צוּוווּקס פֿון מער ווי 220% אין פֿאַרגלײַך מיטן צאָל סטודענטן וואָס האָבן זיך פֿריִער געהאַט פֿאַרשריבן. בשעת־מעשׂה האָבן 250% מער מענטשן באַזוכט דעם ייִוואָס וועבזײַט.

„דער פּלוצעמדיקער צוּוווּקס ווײַזט בולט אָן, אַז בעת אַ קריזיס זוכן מענטשן פֿאַרשידענע אופֿנים זיך צו פֿאַרבינדן איינער מיטן אַנדערן“, האָט געזאָגט שעלי פֿרימאַן, דער פּערסאָנאַל־שעף בײַם ייִוואָ.

בען קאַפּלען, דער דערציִונג־דירעקטאָר בײַם ייִוואָ האָט איבערגעגעבן, אַז 9,200 מענשטן האָבן זיך רעגיסטרירט „פֿאַרן נײַעם קלאַס וועגן דער ייִדישער קיך ‘אַן אָרט בײַם טיש׳. די סטודענטן זענען ניט בלויז פֿון די לענדער ווי אַמעריקע, ישׂראל און פּוילן וואָס מע וואָלט דערוואַרט, נאָר אויך פֿון אינדאָנעזיע, זימבאַבווע און מאַלאַזיע.“

„דאָס גיט אונדז צו וויסן, אַז די געשיכטע וואָס דער ייִוואָ פֿאַרקערפּערט אַפּעלירט ניט בלויז צו אַ קליינער גרופּע עקשנותדיקע ייִדישיסטן,“ האָט געזאָגט יהונתן ברענט, דער הויפּט־דירעקטאָר און הויפּט־קעזעקוטיוו בײַם ייִוואָ. „דאָ רעדט זיך וועגן אַ טעמע וואָס איז עיקרדיק, פֿונדאַמענטאַל און שפּרודלדיק.“

ברענט האָט איבערגעגעבן, אַז די ייִוואָ־מיטאַרבעטער שטרעבן שוין יאָרן לאַנג צו שאַפֿן אַ צוקונפֿט פֿאַרן אינסטיטוט וואָס זאָל פֿאָרקומען אַלץ מער אויף דער אינטערנעץ און דער איצטיקער קריזיס באַכּוחט דעם ייִוואָ צו מאַכן די אוצרות פֿון זײַנע אַרכיוון אַלץ מער צוטריטלעך אָנלײַן.

„געוויינטלעך קומען 6,000 אָדער 7,000 מענטשן אַ יאָר צו באַזוכן אונדזער אַרכיוו,“ האָט ברענט געזאָגט. „דער קאָכקלאַס אַליין האָט אָבער דערגרייכט מער ווי 9,000 מענטשן איבער דער וועלט.“

איין שטרויכלונג וואָס שטייט דעם ייִוואָ אין וועג אין פֿאַרגלײַך מיט אַנדערע אינסטיטוציעס וואָס שאַפֿן אינטערנעץ־קורסן און אָנלײַן־אויסשטעלונגען, איז אַז דער באַזוכער דאַרף שוין זײַן גוט־אינפֿאָרמירט, כּדי געהעריק אָפּצושאַצן די דאָקומענטן און חפֿצים פֿונעם ייִוואָ־אַרכיוו.

„דער ׳מעט׳ (דער ניו־יאָרקער מעטראָפּאַליטאַן־קונסט־מוזיי) קען אַרויפֿשטעלן אויף זײַן וועבזײַט פּיקאַסאָס אָדער סייזאַנס אַ מאָלערײַ און די וואָס קוקן אויף איר וועלן כאָטש עפּעס פֿאַרשטיין דערפֿון“, האָט ברענט געזאָגט. „אָבער אַ ייִדיש־שפּראַכיקער כּתבֿ־יד פֿון 19טן יאָרהונדערט מוז מען שטעלן אין אַ געהעריקן קאָנטעקסט.“

דזשאָן ריטשמאָנד, אַ מיטגליד פֿון דער ייִוואָס פֿאַרוואַלטונג און דער דירעקטאָר פֿונעם „טרעסט אויפֿן נאָמען פֿון דער משפּחה שײַן“, וואָס שטיצט אונטער די „שײַן־אָנלײַן־דערציִונג־סעריע“, האָט געזאָגט אַז אַ הויפּטציל בײַם שאַפֿן די קורסן איז געווען צו מאַכן די אַרבעט פֿונעם ייִוואָ מער צוטריטלעך דעם ברייטן עולם.

„איך מיין ניט אַז ס׳רובֿ מענטשן מחוץ די ענגע קרײַזן פֿאָרשער און ספּעציאַליסטן ווייסן וועגן דער אַרבעט וואָס דער ייִוואָ טוט במשך פֿון כּמעט הונדערט יאָר,“ האָט ריטשמאָנד געזאָגט. „אָט די קורסן זענען אַזוי אינטערעסאַנט, ווײַל מע פֿלעכט אין זיי אַרײַן אַ סך מאַטעריאַלן פֿונעם ייִוואָ־אַרכיוו. אינעם קורס געווידמעט דעם ייִדישן טעאַטער, למשל, ׳אוי מאַמע בין איך פֿאַרליבט! — די געשיכטע פֿון דער ייִדישער בינע׳ דערוויסט מען זיך ווי אַזוי אַ גרויסער טייל פֿון דער אַמעריקאַנער פּאָפּולערער קולטור איז אַרויסגעוואַקסן פֿונעם ייִדישן טעאַטער.“

כאָטש ניו־יאָרק און די וועלט מאַכן איצט דורך זייער שווערע צײַטן, איז די איצטיקע מגפֿה ווײַט ניט דער ערגסטער קריזיס וואָס איז אַמאָל באַפֿאַלן דעם ייִוואָ. 60% פֿון די ביכער און דאָקומענטן פֿונעם ווילנער ייִוואָ־אַרכיוו זענען פֿאַרשוווּנדן געוואָרן אויף אייביק בשעתן חורבן. די מערהייט פֿון די איבעריקע מאַטעריאַלן, געראַטעוועט דורך דער „פּאַפּירענער בריגאַדע“ אָדער אָפּגעפֿונען אין סקלאַדן אין דײַטשלאַנד, האָט מען נאָך דער מלחמה פֿאַרשיקט קיין אַמעריקע, וווּ זיי באַטרעפֿן איצט דעם קערן פֿונעם ניו־יאָרקער ייִוואָס אַרכיוו. 

מער ווי 200,000 דאָקומענטן און טויזנטער ביכער זענען אָבער פֿאַרבליבן אין דער ליטע, וווּ מע האָט זיי אַנטדעקט אין אַ קלויסטער אין די לעצטע יאָרן פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. דער ייִוואָ און די ליטווישע רעגירונג האָבן לאַנג ניט געקענט קומען צו קיין הסכּם לגבי וועמען עס געהערט די דאָקומענטן. אין 2014 איז מען סוף־כּל־סוף געקומען צו אַ פּשרה: די דאָקומענטן וועלן בלײַבן ווײַטער צעטיילט אויף ביידע זײַטן אַטלאַנטיק, אָבער מע וועט צום ערשטן מאָל זינט 1941 קענען זען די דאָקומענטן אויף איין אָרט — אָנלײַן. זינט 2014 האָט דער ייִוואָ, ווי אַ טייל פֿון זײַן נײַעם אינטערנעץ־אַרכיוו „דעם ווילנער זאַמלונג־פּראָיעקט“, דיגיטאַליזירט 1.5 מיליאָן זײַטן דאָקומענטן.

צווישן די אוצרות איז אַן אויטאָביאָגראַפֿיע פֿון אַ יונג מיידל, בעבאַ עפּשטיין, געשריבן מיט דער האַנט, וואָס דער ייִוואָ האָט באַקומען אין 1933 אָדער 1934 ווי אַ טייל פֿון אַ שרײַבער־קאָנקורס פֿאַר יונגע תּלמידים אין די ייִדישע שולן. אויפֿן סמך פֿון עפּשטיינס באַשרײַבונג וועט מען אין גיכן לאַנצירן אַ נײַע אינטערנעץ־אויסשטעלונג, וועגן די ייִדיש־שפּראַכיקע ווילנער שולן דורך ווידעאָס, אין וועלכע מע לייענט פֿאָר אויסצוגן פֿון די ביכער וואָס די קינדער האָבן דאָרטן געלייענט. אין די ווידעאָס שפּילט די אַקטריסע יעלענע שמואלענסאָן די ראָלע פֿון סטעפֿאַניע שאַבאַד, דער לערערין פֿון בעבאַ עפּשטיין בײַ דער שול אויפֿן נאָמען פֿון סאָפֿיע גורעוויטש.

בעבאַ עפּשטיין האָט איבערגעלעבט דעם ווילנער געטאָ און דרײַ קאָנצענטראַציע־לאַגערן און האָט זיך באַזעצט אין אַמעריקע, וווּ זי איז געוואָרן אַ סאָציאַל־אַרבעטער. זי איז אַוועק אין דער אייביקייט אין 2012, פֿינף יאָר איידער דער ניו־יאָרקער ייִוואָ האָט אַנטדעקט איר אויטאָביאָגראַפֿיע אין דער ליטע.

בעבאַ עפּשטיינס אויטאָביאָגראַפֿיע Image by Getty Images

„די דאָקומענטן אין אונדזער אַרכיוו זענען דער יסוד פֿון אונדזערע קורסן און אויסשטעלונגען,“ האָט קאַפּלאַן געזאָגט. „ס׳איז סימביאָטיש. די חפֿצים גיבן מענטשן אַן אופֿן צו פֿאַרשטיין די געשיכטע — און די לערער פֿון אונדזערע קורסן נוצן אויס אָט די דיגיטאַליזירטע מאַטעריאַלן צו שאַפֿן פּראָגראַמען, וואָס אַנטפּלעקן פֿאַר די סטודענטן אַ וועלט, וואָס וואָלט אַנדערש געווען פֿאַר ס׳רובֿ מענטשן אין גאַנצן אומצוטריטלעך.“

„מיר האָבן אַ געוואַלדיקע אַחריות, ווײַל עס גייט אַ רייד וועגן דאָקומענטן, וואָס מענטשן האָבן ממש ריזירט מיט לײַב און לעבן זיי צו ראַטעווען,“ האָט ברענט געזאָגט. „ס׳איז אונדזער שליחות, אונדזער חובֿ, צו מאַכן אָט די מאַטעריאַלן צוטריטלעך פֿאַרן ברייטן עולם.“

כאָטש דער ייִוואָ גיט זיך מערסטנס אָפּ מיטן אויפֿהאַלטן די אַרכיוון פֿאַרבונדן מיט דער מיזרח־אייראָפּעיִשער קולטור־ירושה און מיטן לערנען דעם עולם וועגן דער ייִדישער קולטור־געשיכטע, האָבן ברענט און קאַפּלאַן דערקלערט אַז דער ייִוואָ שטרעבט אויך צו דאָקומענטירן דעם הײַנטיקן ייִדישן לעבן. ווי אַ טייל פֿונעם קאָכקלאַס, „אַן אָרט בײַם טיש“, דערמוטיקט מען די אָנטיילנעמער אַרײַנצושיקן זייער אייגענע רעצעפּטן און משפּחה־געשיכטעס פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער קיך. די מיטאַרבעטער בײַם ייִוואָ וועלן צוגעבן די אינפֿאָרמאַציע צום אינסטיטוטס אַרכיוו, כּדי צוקונפֿטדיקע פֿאָרשער זאָלן בעסער פֿאַרשטיין ווי אַזוי די ייִדישע מאכלים פֿונעם 21סטן יאָרהונדערט שפּיגלען אָפּ ווי די אימיגראַציע, די אַמעריקאַניזאַציע און די אַקולטוראַציע.

„דער קורס ווײַזט אַז די סטערעאָטיפּן זענען פֿאַלש און דערלאָזט ניט, אַז מענטשן זאָלן תּיכּף אָפּוואַרפֿן די דאָזיקע ציוויליזאַציע ווי ‘קיטשיק’ אָדער אומרעלעוואַנט,“ האָט קאַפּלאַן געזאָגט. „די סטודענטן אַנטדעקן ווידער דעם אופֿן ווי אַזוי דאָס עסן פֿון אַ פֿאָלק איז פֿאַרבונדן מיט די סעזאָנען, מיטן ערד, און ווי די אימיגראַנטן האָבן זיך צוגעפּאַסט צו זייער נײַעם אַרום, און ווי זיי האָבן סײַ פֿאַרלוירן, סײַ ווידער אַנטדעקט קולינאַרע טראַדיציעס. מיר דאַכט זיך, אַז מענטשן כאַפּן זיך ווי זיי זענען אַליין אַ טייל פֿון אָט דער טראַדיציע און ווי זיי קענען צוהעלפֿן, אַז זי זאָל דאָקומענטירט ווערן.“

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version