אָנלײַן־אויסשטעלונג פֿאַר קינדער ווײַזט ווי ס׳האָט אויסגעזען אַ ייִדישע שול אין ווילנעOnline exhibit for kids shows what a Jewish school in Vilne looked like
די ייִוואָ־אויסשטעלונג ווײַזט פֿון אינעווייניק די באַרימטע שול אויפֿן נאָמען פֿון סאָפֿיע גורעוויטש.

כּדי ניט בלויז אויפֿצוהאַלטן די היסטאָרישע מאַטעריאַלן וואָס מע האָט לעצטנס אַנטדעקט אין ווילנע, נאָר זיי אויך צו שטעלן אין אַ קאָנטעקסט וואָס דער ברייטער עולם זאָל קענען פֿאַרשטיין און הנאה האָבן דערפֿון, שאַפֿט דער ייִוואָ איצט אַ סעריע דיגיטאַלישע אויסשטעלונגען. אַ פֿאָרשפּײַז פֿון איינער פֿון די אויסשטעלונגען האָט מען פֿאַרעפֿנטלעכט אויף דער ייִוואָס וועבזײַט.
אין דער אויסשטעלונג פֿאַר קינדער דערוויסט מען זיך וועגן דעם לעבן פֿון בעבאַ עפּשטײַן, אַ תּלמידה אין דער ייִדישיסטישער שול אויפֿן נאָמען פֿון סאָפֿיע גורעוויטש, וווּ סטעפֿאַניע שאַבאַד, די שוויגער פֿונעם ייִוואָ־גרינדער מאַקס ווײַנרײַך, איז געווען איר לערערין. אין דער אויסשטעלונג שפּילט די אַקטריסע יעלענע שמואלענסאָן די ראָלע פֿון סטעפֿאַניע שאַבאַדן אין אַ סעריע ווידעאָס, אין וועלכע זי לייענט פֿאָר אויף ייִדיש און ענגליש אויסצוגן פֿון עטלעכע קינדערביכלעך, וואָס די תּלמידים אין דער שול האָבן געלייענט. די ייִדישע ווידעאָס, מיט ענגלישע אונטערקעפּלעך, קענען אויך צו נוץ קומען סטודענטן פֿון ייִדיש און עלטערן וואָס זוכן ייִדיש־שפּראַכיקע לערן־מאַטעריאַל פֿאַר זייערע קינדער.

בעבאַ עפּשטיין Image by YIVO Institute for Jewish Research
וועגן בעבע עפּשטיין האָט מען זיך דערוווּסט, ווײַל צווישן די דאָקומענטן וואָס די פּאַפּירענע־בריגאַדע האָט געראַטעוועט איז געווען אַן אויטאָביאָגראַפֿיע, וואָס די יונגע תּלמידה האָט געשיקט דעם ייִוואָ מיט איר בילד אין 1933, ווען זי איז געווען נײַן יאָר אַלט. בעבע עפּשטיין האָט איבערגעלעבט די ווילנער געטאָ און דרײַ קאָנצענטראַציע־לאַגערן און זיך באַזעצט אין לאָס־אַנדזשעלעס וווּ זי איז געבליבן ביז איר טויט אין 2012. עס לעבט נאָך, דרך־אַגבֿ, כאָטש איין מיט־תּלמידה פֿון איר קלאַס אין דער סאָפֿיע גורעוויטש־שול: פֿאַניע בראַנצאָווסקי, די געוועזענע ביבליאָטעקאַרשע פֿונעם ווילנער ייִדישן אינסטיטוט. אָט דערציילט זי אויף ייִדיש וועגן אירע שול אין יענע יאָרן.