Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

דעשיפֿרירן דאָס אומזעעוודיקעDeciphering the invisible

אַ מולטיספּעקטראַלער אַנאַליז העלפֿט שטאַרק איבערצולייענען די אַלטע טעקסטן וואָס געפֿינען זיך אין דער קאַיִרער גניזה.

די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט זיך אין די נײַעסקוואַלן אַרום דער וועלט פֿאַרשפּרייט די ידיעה וועגן אַ נײַ־אַנטדעקטן טעקסט־פֿראַגמענט אין די מגילות־ים־המלח. דער פֿראַגמענט איז גאָר אַ קליינער; די פֿאָרשער זענען זיך משער, אַז ער האָט צו טאָן מיטן תּנ״כישן ספֿר פֿונעם נבֿיא יחזקאל. אין גאַנצן קלאָר לייענט זיך נאָר דאָס וואָרט „שבת‟; גאָר באַלערנדיק איז אָבער דער מעטאָד, וואָס האָט עס דערמעגלעכט איבערצולייענען — דער מולטיספּעקטראַלער אַנאַליז.

במשך פֿון איבער 20 יאָר איז דער פֿראַגמענט געלעגן אינעם מאַנטשעסטער־אוניווערסיטעט ווי, כּלומרשט, בלויז אַ ליידיק שטיקל פּאַרמעט. נישט לאַנג צוריק האָט די אַרכעאָלאָגין דזשאָאַן טיילאָר פֿונעם לאָנדאָנער „קינגס־קאָלעדזש‟ באַמערקט, אַז אַ פֿלעקל אויפֿן פּאַרמעט דערמאָנט אינעם אות „למד‟. דער מולטיספּעקטראַלער אַנאַליז האָט אַנטפּלעקט די פֿאַרשוווּנדערע אותיות. טיילאָר האָט געפֿונען נאָך עטלעכע באַהאַלטענע טעקסט־פֿראַגמענטן אין אַנדערע מגילות.

Dead Sea Scroll

דער פֿראַגמענט פֿון מגילות־ים־המלח פֿאַרן און נאָכן מולטיספּעקטראַלן אַנאַליז Image by Getty Images

דאָס געפֿינס האָט מיך דערמאָנט אין מײַן אייגענער דערפֿאַרונג מיט אַלטע כּתבֿ־ידן בפֿרט, און אין דער שווערער פּראַצע פֿון מײַנע קאָלעגן. הלוואי וואָלט יעדער געהאַט אַזעלכע מכשירים!

מיט אַ האַלב יאָר צוריק האָט זיך אין מאָסקווע געעפֿנט אַ ספּעציעלע לאַבאָראַטאָריע בײַם „ייִדישן מוזיי און דעם צענטער פֿון טאָלעראַנץ‟, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיטן דעשיפֿרירן מיט דער האַנט געשריבענע טעקסטן אויף ייִדיש, מיט סוועטלאַנאַ אַמאָסאָוואַ, די דירעקטאָרין פֿונעם פֿאָרש־אָפּטייל בײַם מוזיי, און דער ביבליאָטעקאַרין ליובאָוו לאַווראָוואַ בראָש.

די לאַבאָראַטאָריע שטעלט דעם טראָפּ אויף די פֿאַרמלחמהדיקע סאָוועטישע דאָקומענטן, אָנגעשריבן אויף אַ פֿאַרשטענדלעכער שפּראַך, אָבער נישט אַלע מאָל קלאָר. די באַטייליקטע פֿירן דורך גאָר וויכטיקע פֿאָרשונגען, אַנטפּלעקנדיק כּסדר נײַע פֿאַקטן אין דער ביאָגראַפֿיע פֿון ייִדישע שרײַבער, פּאָעטן, קולטור־טוער און סתּם ייִדן, וואָס האָבן געוווינט אין פֿאַרשיידענע שטעט און ראַיאָנען פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד.

דער אומקלאָרער „דאָקטערישער‟ כּתבֿ, אומגעוויינטלעכער אויסלייג, זעלטענע דיאַלעקטיזמען און פֿרעמדשפּראַכיקע ווערטער זענען נאָר דער „אויבערשטער שיכט‟ פֿון די פּראָבלעמען, וואָס מע מוז לייזן בײַם דעשיפֿרירן אַן אַלטן טעקסט. וואָס טוט מען, ווען די זײַטלעך זענען אויך דורכגענעצט, פֿאַרשימלט, פֿאַרמעקט און פֿאַרפֿלעקט?

כ׳האָב שוין אַ מאָל דערציילט אונדזערע לייענער וועגן מײַן אַרבעט איבער דעם כּתבֿ־יד פֿון הרבֿ לייב לאַנגפֿוס, וועלכן די נאַציס האָבן געצוווּנגען צו דינען אין דער זאָנדער־קאָמאַנדע פֿון אויסשוויץ. אַ פּשוטער ספּעקטראַלער אַנאַליז פֿון די זײַטלעך און אַ צאָל קאָמפּיוטער־פֿילטערס האָבן מיר געהאָלפֿן צו פֿאַרשטיין פֿריִער אומבאַקאַנטע חלקים פֿונעם מאַנוסקריפּט.

ווי באַקאַנט, איז אינעם מענטשלעכן אויג פֿאַראַן דרײַ מינים צעלן, וואָס רעאַגירן צום בעסטן אויפֿן רויטן, גרינעם און בלויען ליכט. דער מענטשלעכער מוח איז אָבער נישט מסוגל צו צעטיילן די באַזונדערע הויפּטקאָלירן אינעם בילד. דער קאָמפּיוטער קאָן עס טאָן, אויף וויפֿל דאָס דערלויבט די זעלבע פּשוטע דרײַ־קאָליריקע סכעמע פֿון דער עלעקטראָניש־אָפּטישער אַפּאַראַטור. מיט דער הילף פֿון אַ גאַנצער ריי ספּעציעלע פֿאַרשיידן־קאָליריקע פֿילטערס קאָן מען באַקומען אַ סך מער וויזועלע אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם אָביעקט.

אינעם יאָר 2015 האָבן די וויסנשאַפֿטלער שוין באַוויזן, אַז אַ מולטיספּעקטראַלער אַנאַליז העלפֿט גאָר שטאַרק איבערצולייענען די אַלטע טעקסטן אין אַן אַנדער גרויסן אוצר בײַ ייִדן — די קאַיִרער גניזה. דער מעטאָד ווערט באַנוצט אין אַ סך אַנדערע טעכנאָלאָגישע געביטן. למשל, אַ טייל סאַטעליטן זענען אויסגעשטאַט מיט מולטיספּעקטראַלע קאַמערן, וואָס זאָגן פֿאָרויס אָן דעם וועטער. אָפֿט קומט צו הילף אַ פֿאַרברייטערטער ספּעקטער, וואָס נעמט אַרײַן דאָס אינפֿראַ־רויטע און אולטראַ־פֿיאָלעטע ליכט.

Sun

מולטיספּעקטראַלע בילדער פֿון דער זון Image by Wikimedia Commons

ווען עס קומט צו די כּתבֿ־ידן און אַנדערע דאָקומענטן, גיט זיך אָפֿט אײַן צו באַשטעטיקן, וואָס פֿאַר אַ מין טינט האָט דער מחבר גענוצט, אָן קיין כעמישן אַנאַליז. צו מאָל, ווען מע אַנאַליזירט אַ צופֿעליקן פֿלעק אויפֿן בלאַט, קאָן מען אַפֿילו זיך משער זײַן עפּעס אַ פּרט פֿונעם מחברס ביאָגראַפֿיע: למשל, אויב דער ספּעקטער פֿונעם פֿלעק ווײַזט אָן, אַז ס׳איז געווען טיי, קאַווע, ווײַן צי אַ געוויסע מאָלערישע פֿאַרב.

אינעם איצטיקן מאָמענט קלינגט עס אַ ביסל פֿאַנטאַסטיש, אָבער ס׳איז מעגלעך, אַז אין דער נאָענטער צוקונפֿט וועט יעדע כּתבֿ־לאַבאָראַרטאָריע ווערן אויסגעשטאַט מיט אַזעלכע מכשירים, וואָס זענען הײַנט אַסאָציִיִרט, דער עיקר, מיט מיליטערישע, קרימינאַלע און אַנדערע ספּעציפֿישע צוועקן. פֿאָרט, בײַם דעשיפֿרירן דעם „דאָקטערישן‟ כּתבֿ אין אַ זעלטענעם דיאַלעקט בלײַבן די בעסטע כּלים דאָס מענטשלעכע שאַרפֿע אויג, אינטויִציע און ערודיציע.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.