דער כּוח פֿון מוזיקThe power of music
אין דער תּורה איז דאָס זינגען פֿון לוויים וויכטיקער, ווי זייער פֿיזישע אַרבעט.
די הײַנטיקע פּרשה הייבט זיך אָן מיטן חשבון פֿון אַלע לוויים אין עלטער פֿון דרײַסיק ביז פֿופֿציק יאָר. ווי באַלד די לוויים האָבן זיך פֿאַרנומען מיט דער שווערער מלאָכה פֿונעם באַהאַנדלען דעם מישכּן, האָט מען גערעכנט נאָר די שטאַרקע מיטל־יאָריקע מענער.
לוי, יעקבֿ־אָבֿינוס זון, האָט געהאַט דרײַ זין; יעדער פֿון זיי איז געוואָרן דער גרינדער פֿון אַ באַזונדערן שבֿט, וואָס האָט אויסגעפֿירט ספּעציפֿישע מלאָכות. בעת די נסיעות אינעם מידבר, האָבן די לוויים פֿאַנאַנדערגעשטעלט, געטראָגן און צונויפֿגעשטעלט דעם מישכּן אויפֿן ס׳נײַ. די בני־גרשון האָבן געטראָגן די לעדערנע צודעקענישן פֿונעם מישכּן און אַ ריי אַנדערע חפֿצים; די בני־ממרי — הילצערנע ברעטער און סלופּן, און די בני־קהת — די אינערלעכע כּלים, אַרײַנגערעכנט דעם אָרון־הברית מיט די הימלישע לוחות און די גאָלדענע מנורה.
שפּעטער, נאָכן באַשרײַבן פֿאַרשיידענע אויפֿטראָגן, מאַכט די תּורה אַ סך־הכּל און דערקלערט, אַז אויבן ווערט געבראַכט דער אַלגעמיינער חשבון פֿון די לוויים, וואָס זאָלן אויספֿירן די „עבֿודת עבֿודה‟ און „עבֿודת משׂא‟. דער צווייטער אויסדרוק איז פֿאַרשטענדלעך און מיינט „די אַרבעט פֿונעם טראָגן די משׂא‟. „עבֿודת עבֿודה‟ קלינגט אָבער ווי אַ טאַווטאָלאָגישע פֿראַזע, בוכשטעבלעך „די אַרבעט פֿון דער אַרבעט‟.
אויפֿן סמך פֿון מאמרי־חז״ל דערקלערט רש״י, אַז די תּורה מיינט מיטן דאָזיקן טאָפּלטן אויסדרוק די עבֿודה פֿון זינגען און שפּילן מוזיק. לויט זײַן פּירוש, האָט אָט־די אַרבעט אַזאַ נאָמען, ווײַל די דאָזיקע עבֿודה האָט באַדינט די אַנדערע עבֿודה — פֿון די כּהנים.
ס׳איז מערקווירדיק אָבער, אַז די מוזיקאַלישע „עבֿודת עבֿודה‟ ווערט דערמאָנט פֿאַר דער פֿיזישער מלאָכה, ווי די עיקר־עבֿודה פֿונעם שבֿט־הלוי.
די פֿראַזע קלינגט ווי אַ מין פֿאַרגרעסערונג־פֿאָרעם, אַזוי ווי „שיר השירים‟. אַנדערע מפֿרשים, בפֿרט די חסידישע, באַטאָנען, אַז דער כּוח פֿון ניגונים איז טאַקע אַן „עבֿודה שבעבֿודה‟ — אַ הייליקע מלאָכה, וואָס קאָן אין די הײַנטיקע צײַטן דערהייבן די נשמה פֿונעם בעל־תּפֿילה ביזן סאַמע הימל, וואָס דינט ווי אַ רוחניותדיקע עבֿודת־הקרבנות.
נישט צופֿעליק מיינט דאָס ייִדישע וואָרט „טראָפּ‟ סײַ דער אַקצענט, דעם קולמינאַציע־מאָמענט פֿון אַ דרשה, אַ ספֿר, אַ שמועס; סײַ די טעמים, די הייליקע נגינה בײַם לייענען די ספֿר־תּורה. די מוזיק, בפֿרט אייגענע נגינה־אימפּראָוויזאַציע, האָט געהאָלפֿן די אַמאָליקע נבֿיאים, מקובלים און באַרימטע חסידישע צדיקים צו דערגרייכן רוח־הקודש.
דער עסטעטיש־מעדיטאַטיווער כּוח פֿון מוזיק קאָן אויך ברענגען צו אומגעוווּנטשענע רעזולטאַטן. הגם די הײַנטיקע וועלט איז אינגאַנצן צוגעוווינט צום קול־אישה, פֿרויען־זינגען, און אַ סך מאָדערנע רבנים באַציִען זיך ליבעראַל צו דעם ענין, בפֿרט ווען מע הערט די פֿרוי זינגען בלויז אויפֿן טעלעוויזאָר צי אַ קאָמפּיוטער, האָבן זיך אין דער געשיכטע געטראָפֿן נישט ווייניק פֿאַלן, ווען אַ מאַן האָט זיך פֿאַרליבט אין אַ זינגערין צוליב איר טאַלאַנט און שיין קול.
אַ באַקאַנטער אַנעקדאָט ווערט צומאָל דערציילט ווי אַן אמתע חסידישע מעשׂה וועגן געוויסע באַרימטע רביים. מע קאָן זיך אָבער פֿאָרשטעלן, אַז אַן ענלעכע טשיקאַווע מעשׂה איז פֿאָרגעקומען מיט פֿאַרשיידענע מענטשן.
מע דערציילט, אַז איינער אַ צדיק איז אַרײַנגעקומען אין אַ שיל, וווּ עס האָט געזונגען אַ יונגער חזן מיט גאָר אַ באַטעמט קול, געוואָרן אויפֿגעבראַכט און געפֿאָדערט אים צו באַזײַטיקן מיט עפּעס אַ זקן, וואָס האָט נישט קיין מוזיקאַלישע פֿעיִקייטן. דער רבי האָט באַטאָנט: ווען דער יונגער חזן האָט געזונגען, האָבן די פֿרויען אין דער ווײַבערשיל געטראַכט וועגן אים, און ער האָט געהאַט בלויז זיי אין זינען; מיטן נײַעם חזן וועט די שיל טראַכטן נאָר פֿונעם רבונו־של־עולם.
ווײַטער ווערט אין אונדזער סדרה באַהאַנדלט דער ענין פֿון סוטה — אַ פֿרוי, וואָס איר מאַן האָט זי פֿאַרדעכטיקט אין אינטימע באַציִונגען מיט אַן אַנדער מאַצביל. די הײַנטיקע רבנים גיבן אַן עצה אויסצומײַדן די עצם־מידות פֿון אייפֿערזוכט און חשדימדיקייט אין פּערזענלעכע ענינים. די דאָזיקע שלעכטע מידות זענען מסוגל דווקא גורם צו זײַן עכטע פּראָבלעמען מיט שלום־בית און די צעשפּאַלטונג פֿונעם פּאָרפֿאָלק. פֿון דעסט וועגן, איז אינטערעסאַנט, אַז די סוטה ווערט דערמאָנט אין דער זעלבער פּרשה, ווי די מוזיקאַלישע עבֿודה פֿון לוויים. די מוזיק האָט טאַקע אַ ריזיקן צוצי־כּוח — אַבי זי זאָל ציִען די נשמה צום גוטן.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO