דער נשמה־פֿײַערThe soul on fire
לויט די מקובלים זענען די זיבן צווײַגן פֿון דער מנורה מרמז אויפֿן מוח, צוויי אויגן, צוויי הענט און צוויי פֿיס פֿון אַ מענטשן.
דער אייבערשטער האָט אָנגעזאָגט אַהרן הכּהן, ווי אַזוי ער זאָל באַהאַנדלען די גאָלדענע מנורה אינעם משכּן: שטייענדיק אַנטקעגן איר צענטער, אָנצינדנדיק יעדן קנויט ווי געהעריק, יעדער פֿלאַם זאָל ברענען שטיל און נישט פֿאָדערן קיין איבעריק פֿײַער. אומצאָליקע מפֿרשים דערקלערן, אַז די מנורה, איינער פֿון די טײַערסטע עלעמענטן פֿונעם הייליקן משכּן, איז מרמז אויף דער מענטשלעכער צורה, אויף דער מענטשלעכער נשמה.
אין אַלע וועלטקולטורן רופֿט דאָס ליכט און פֿײַער אַרויס די זעלביקע אַסאָציאַציעס. אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, איז די דאָזיקע אַסאָציאַציע ווײַט נישט קיין צופֿעליקע. דער מענטש איז די איינציקע באַשעפֿעניש אויף דער וועלט, וואָס נייטיקט זיך אין פֿײַער פֿון קדמונים אָן און האָט זיך במשך פֿון טויזנטער יאָרן אויסגעלערנט, ווי אַזוי עס אַרויסצובאַקומען און אונטערצוהאַלטן. דאָס פֿײַער זעט אויס אַזוי מיסטעריעז, ווי דער מענטש אַליין: אָט פֿירט עס אַן אייגן לעבן, אָננעמענדיק כּלערליי פֿאָרמען, און אָט הייבט ער אָן טליִען מיט אַ רויך און שטאַרבט אָפּ, אויב אַפֿילו מע פּרוּווט עס אויפֿצולעבן.
אַ מענטש איז אַ פֿײַערדיקע באַשעפֿעניש, וואָס לעבט שוין טויזנטער יאָר אין אַ טיפֿן סימביאָז מיטן פֿײַער. די נשמה־פּראָצעסן אַסאָציִיִרן מיר אויך מיט פֿײַער און ליכט. מיר זאָגן: אַ „ליכטיקע נשמה‟, אַ „פֿלאַמענדיקע דרשה‟. „נר ה׳ נשמת אָדם‟, די מענטשלעכע נשמה איז אַ געטלעכע ליכט,‟ זאָגט שלמה־המלך אינעם באַקאַנטן פּסוק פֿון משלי.
די מקובלים און חסידישע צדיקים דערקלערן, אַז די קאָנסטרוקציע פֿון דער מנורה מיט זיבן צווײַגן איז מרמז אי אויפֿן מענטשלעכן פּנים, אי אויפֿן גאַנצן מענטש מיט זײַן מוח, צוויי אויגן, צוויי הענט און צוויי פֿיס. ווען מיר שמועסן מיט אַ מענטש, אַפֿילו אַן אין גאַנצן פֿרעמדן פּאַרשוין, דאַרף מען טאָן, ווי דער אייבערשטער האָט אָנגעזאָגט אַהרנען וועגן דער מנורה: צוקומען צו אים גראָד, נישט קרום, מיט אויפֿמערק און וואַרעמקייט. דעמאָלט וועט זיך אין יענעמס האַרץ און נשמה אָנצינדן אַ פֿײַער פֿון מיטגעפֿיל און קענגזײַטיקן דרך־ארץ. וועגן אַהרן־הכּהן זאָגן די חז״ל אין פּרקי־אָבֿות, אַז ער איז געווען אַן „אוהבֿ שלום ורודף שלום‟, אַ מענטש, וואָס האָט ליב געהאַט שלום און האָט זיך געיאָגט שלום צו מאַכן צווישן אַלע צעקריגטע מענטשן. אַ פֿײַערדיקער מענטש איז ער געווען!
נאָכן באַשרײַבן די מנורה, דעם מעכטיקן סימבאָל פֿונעם מענטש, גייט די הײַנטיקע סדרה אַריבער צו גאָר אַנדערע ענינים. דער אייבערשטער האָט אַראָפּגעשיקט פֿונעם הימל דעם מן, דאָס הימלישע ברויט, וואָס האָט געהאַט, לויט דער מסורה פֿון די חז״ל, דעם טעם פֿון יעדן מאכל אויף דער וועלט. ווילט איר אַ שטיקל פֿלייש — באַקומט דער מן דעם טעם פֿונעם עכטן פֿלייש, אָדער נאָך בעסער.
ניין, האָבן געזאָגט געוויסע אומצופֿרידענע: מיר ווילן דאָס געוויינטלעכע פֿלייש! משה רבינו האָט מתפּלל געווען, און דאָס מאָל האָט זיי דער רבונו־של־עולם טאַקע געשיקט אַ ריזיקע טשאַטע פֿייגל צו כאַפּן און צו שעכטן. דאָס איז געשען אינעם אָרט מיטן נאָמען קבֿרות־התּאווה, „די קבֿרים פֿון תּאווה‟. משה רבינו האָט קלאָר דערקלערט, אַז הגם דער באַשעפֿער האָט אויסגעפֿילט די בקשה, איז די עצם־תּאווה געווען אַ שלעכטע.
וואָס האָט טאַקע געפֿעלט אינעם מן? ווען אַ מענטש האָט, ווי עס דאַכט זיך אים, אַלצדינג אין לעבן, זאָגט אים דער יצר־הרע, אַז דאָס איז נישט גענוג. אין דעם זין איז דער מענטש אויך ענלעך צום פֿײַער, וואָס באַנוגנט זיך נישט מיטן אַרומיקן ברענשטאָף און שטרעבט אַרײַנצוכאַפּן וואָס מער; דאָס קאָן ברענגען, חלילה, צו אַ שׂריפֿה, נאָך וועלכער דאָס צעווילדעוועטע פֿײַער קומט דווקא צו אַ סוף.
דער קאָנטראַסט צווישן דער טײַערער און איידעלער מנורה און דעם אויסטערלישן באַגער צו פֿאַרבײַטן דעם וווּנדערלעכן מן אויפֿן פּשוטן פֿלייש דערמאָנט אונדז, אַז אונדזערע אייגענע געפֿילן דאַרפֿן מיר שטרעבן צו קאָנטראָלירן אַזוי פֿאָרזיכטיק, ווי אַהרן־הכּהן האָט באַהאַנדלט די גאָלדענע מנורה. ווער איז אַן אמתער עושר? דער, וואָס איז צופֿרידן מיט זײַן חלק, באַטאָנען די חז״ל. מיר זענען טאַקע פֿײַערדיקע באַשעפֿענישן, אָבער אונדזער פֿײַער דאַרף ברענען איידל און ברענגען ליכט, און נישט פֿאַרוואַנדלען זיך, חלילה, אין אַ שׂריפֿה פֿון אַלץ גרעסערע געברויך־תּאוות.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO