ווידעאָ: „גייען זיי אין די שוואַרצע רייען“ געזונגען פֿון שׂרה גאָרבי WATCH: ‘‘They walk in dark rows’’ sung by Sarah Gorby
מאַני לייבס אומעטיק ליד שפּיגלט אָפּ דעם טרויעריקן מאָמענט אין אַמעריקע.

Graphic by Angelie Zaslavsky
אין די דאָזיקע טעג פֿון אומרו און מגפֿה ווייס איך בכלל ניט וועלכע לידער צו שטעלן אין „עונג־שבת“, וואָס זאָלן געהעריק אָפּשפּיגלען אונדזער ביטערן מצבֿ.
פּאָליטישע לידער זענען דאָ אויף ייִדיש אָן אַ צאָל. איך וואָלט געקענט שאַפֿן אַ רשימה ראַדיקאַלע לידער פֿון דוד עדעלשטאַדט, מרדכי געבירטיג, שמערקע קאַטשערגינסקי און שרײַבן אַז מע זאָל זיך אַלע ווידער צוהערן צו „דאַלוי פּאָליציי“ ווי אַ פֿאָרגייער פֿונעם באַקאַנטן ליד פֿון דער רעפּ־גרופּע NWA, אָבער איך וויל זיך דאָ קערן אין אַן אַנדער ריכטונג.
כאָטש עס זענען דאָ תּמיד ענלעכקייטן מיטן אַמאָל, איז אונדזער מאָמענט פֿאָרט אַן אַנדערער, און עס פּאַסט אים אפֿשר בעסער אַ ליד וואָס דריקט אויס טרויער אויף אַ מער אַלגעמיינעם אופֿן. אַז איך זע אויף דער טעלעוויזיע ווי די פּאָליציי פֿאַלן אָן אויף פּראָטעסטירער און שיסן אויף זיי מיט טרערן־גאַז און גומענע קוילן, הער איך ניט קאַטשערגינסקיס ”באַריקאַדן“ אָדער „דאַלוי פּאָליציי“, נאָר גיכער מאַני לייבס „גייען זיי אין די שוואַרציע רייען“. כאָטש בוכשטעבלעך איז עס ניט פֿאַרבונדן מיט מגפֿות אָדער פּאָליציייִשן געוואַלד, רופֿט עס אַרויס בײַ מיר, נאָך מער ווי אַלע אַנדערע ייִדישע לידער, די זעלבע שטימונג וואָס איך פֿיל איצט וועגן אַמעריקע.
אפֿשר האָט עס צו טאָן מיט דעם, וואָס דאָס ליד דערקלערט קיינמאָל ניט, וואָס איז געשען מיט די מענטשן און פֿאַר וואָס זיי זענען פֿאַרטריבן געוואָרן. דאָס ליד איז ניט פֿאַרבונדן מיט קיין ספּעציפֿישן מאָמענט, נעמט עס אָן אַן אוניווערסאַלן כאַראַקטער. אין אַ צײַט ווען צענדליקער מיליאָנען בײַ אונדז אין אַמעריקע האָבן צום ערשטן מאָל אין זייער לעבן ניט וואָס צו עסן און אַ ים מיט מענטשן וועלן באַלד פֿאַרלירן זייערע הײַזער און מע האַלט אין איין זען ווי מענטשן שלאָגן זיך אויף דער טעלעוויזיע, קלינגען הײַנט די ווערטער „גייען זיי אין די שוואַרצע רייען, נאַס און הונגעריק ווי הינט, און געשלאָגענע ווי הינט“ אַלץ מער אַקטועל.
דאָס ליד, געזונגען פֿון שׂרה גאָרבי אויף אַ קאָנצערט אין פּאַריז אין 1966, האָט מאַני לייב לכתּחילה געשריבן וועגן די פּאָגראָמען בשעת דער ערשטער וועלט־מלחמה אָבער באַלד נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה איז עס אָנגענומען געוואָרן געוואָרן ווי אַ חורבן־ליד.
Hello, fellow Forward reader! I’m Joel Brown, a Forward reader and supporter for more than 15 years, and currently the chair of the board of directors.
I’m an avid Forward reader because it ticks so many of my essential boxes: excellent journalism, Jewish focus and diverse viewpoints. In today’s political climate, what I most appreciate is the Forward’s independence — made possible by the generosity of its membership.
The Forward is committed to bringing you unbiased, nuanced Jewish news. From my position as board chair, I see an exciting future as we expand our position as the definitive independent voice of contemporary American Judaism.
— Joel Brown, Forward board chair
