Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

פֿײַער און מגפֿה אין פּרשת קרחFire and plague in Parshas Korakh

קרח און זײַנע חבֿרה האָבן זיך באַקלאָגט אױף די אומגלײַכקײטן אין דער געזעלשאַפֿט. אַ סך מפֿרשים האַלטן, אַז זײ זײַנען געװען גערעכט.

די הײַנטיקע פּרשה איז פֿול מיט פֿאַרשײדענע מינים צעשטערונג. קרח, דתן, אַבֿירם און נאָך 250 רעבעלן, אָדער סתּם מיטלױפֿערס, שטעלן זיך אַקעגן משה־רבינוס אױטאָריטעט. עס טרעפֿט זײ אַ מיתה־משונה, אַזש ווי מע זעט בײַ די שרעקפֿילמען אין קינאָ און די שוידער־מעשׂיות װאָס מע דערצײלט בײַם לאַגער־פֿײַער. דער אײבערשטער, װי סע שטײט אין חומש, האָט אױסגעפֿירט אַ „בריאה חדשה“, אַ נײַעם מין באַשאַפֿונג. אַ גרױסע גרוב האָט זיך צעעפֿנט אין דער ערד, און קרח (מיט נאָך אַנדערע, כאָטש װער גענױ ווערט נישט אױסגערעכנט) װערן אײַנגעשלונגען.

מיט דער גרוב אָבער לאָזט זיך אַלץ נישט אױס. עס בלײַבן נאָך אַלץ די 250 נאָכשלעפּערס, און פֿאַר זײ האָט גאָט געהאַט אַן אַנדער מין סוף: ער האָט זײ פֿאַרברענט אין אַ פֿײַער.

פֿון דעם פֿײַער – נישט קײן בריאה חדשה, נאָר אַ שטראָף װאָס מע זעט אין אַנדערע ערטער פֿון תּנך, װי אױך אין דער משנה און גמרא – קומען אַרױס רעזולטאַטן, װאָס מע װאָלט אפֿשר נישט פֿאָרױסגעזען.

דער פֿײַערשטראָף איז אַ שטיקל איראָניע, פֿאַרשטײט זיך, װײַל משה האָט געהײסן קרח און זײַן חבֿרה מיטצוברענגען זײערע פֿײַערפּאַנען כּדי אױסצושטײן אַזאַ מין פּראָבע – אפֿשר פֿאַרן אײבערשטן, אפֿשר פֿאַר די ייִדן. נאָר בשעת מע האָט געבראַכט די קטורת אין די פֿײַערפּאַנען, איז אַראָפּגעקומען דער פֿײַער און זײ צו רעכט געמאַכט. גאָט האָט געהײסן משהן, ער זאָל אָנזאָגן אַהרנס זון, אלעזר־הכּהן, אַװעקצונעמען די דאָזיקע פֿײַערפּאַנען פֿון די פֿאַרברענטע רעבעלן, און זײ איבערשמידן אין קופּערנע בלעכן, צו דינען װי אַ סימן און אָפּצומוטיקן קומעדיקע רעבעלן. די פֿײַערקוילן פֿון יענע בונטאָװניקעס האָט מען אױך אַװעקגעװאָרפֿן.

איז גוט. האָט מען באַזיגט קרח און זײַנע שותּפֿים. כאַפּט נישט. בני־ישׂראל האָבן װידער טענות, און עס קומט אַראָפּ װידער אַ געטלעכע שטראָף.

„זונדערט אײַך אָפּ פֿון דער קהילה,“ גיט גאָט פּלוצעם אַ זאָג משהן, „װײַל איך װעל זײ צעשטערן.“

װאָס טוט משה װײַטער? אַנשטאָט װי אַ מאָל, ווען ער איז געווען אַ פּאַסיװער, שטרענגער עניו, באַפֿעלט ער גלײַך זײַן ברודער: נעם די פֿײַערפּאַנען, לײג אַרױף קטורת, און גײ ראַטעװען דאָס פֿאָלק װײַל די מגפֿה האָט זיך שוין אָנגעהױבן.

אָט אַ דאָ שטעקט דאָס טיפֿע רעטעניש פֿון דער שרעקעדיקער סדרה. אױב די גרוב איז געװען אַ נײַע באַשאַפֿונג, װי קומט אַהער אַזאַ מגפֿה? איז דאָס נישט קיין נײַע זאַך? צי האָט די דאָזיקע מגפֿה נישט אפֿשר אַ פֿאַרבינדונג מיטן פֿײַער װאָס מע האָט אַװעקגעװאָרפֿן פֿון קרחס 250 מענטשן?

אַהרן־הכּהן האָט געניט אױסגעניצט די פֿײַערפּאַן װי אַ כּהן קאָן. פּונקט אַזױ פּלוצעמדיק װי זי איז אָנגעקומען האָט זי זיך אָפּגעשטעלט. דער װערב איז פֿונעם העברעיִשן ווערב־בנין „נפֿעל“ – „נעצרה“, „איז אָפּגעשטעלט געװאָרן.“

קײן העלד איז אַהרן נישט געװען, כאָטש ער האָט יאָ זיך מוסר־נפֿש געװען. ער האָט פּראָסט־און־פּשוט געטאָן װאָס זײַן פֿאַך האָט פֿון אים געפֿאָדערט.

קרח און זײַנע חבֿרה האָבן זיך באַקלאָגט אױף די אומגלײַכקײטן אין דער געזעלשאַפֿט. אַ סך מפֿרשים האַלטן, אַז זײ זײַנען בעצם געװען גערעכט. די גרוב האָט זיך געעפֿנט נישט װײַל יושר האָט אַ שליטה אױף דער ערד, נאָר אַ מאָל פּונקט פֿאַרקערט. עס לאָזט זיך אַראָפּ אַן אומגליק אָן אַ זין — אַ בריאה חדשה.

די מגפֿה, צוריקגערעדט, איז עפּעס װאָס משה־רבינו האָט גרינג פֿאַרשטאַנען. אַ נױטפֿאַל. װידער נישט קײן מאָראַלישער ענין, װײַל (פּונקט װי בײַ קרחן) זײַנען סײַ גוטע סײַ שלעכטע אומגעקומען.

בני קרח לא מתו: קרחס קינדער זײַנען נישט געשטאָרבן, שטײט אין חומש. די גמרא זאָגט אַז די קינדסקינדער פֿון קרחן זיצן בײַם טױער פֿון גיהנום און זינגען. דערפֿאַר װערן זײ דערמאָנט אין תּהילים. דאָרט זאָגט מען אַז מע זינגט „שירה“, דאָס הײסט לױבגעזאַנגען, כאָטש ס׳איז נישט קלאָר פֿאַר װאָס. אפֿשר סתּם דערפֿאַר, װאָס מע בלײַבט לעבן נאָך אַזאַ שרעקעדיקער געשיכטע.

אַלע װאָס װערן פֿאַרמישט אין טראַגעדיע, אומפּערפֿעקט און מיטגעריסן פֿון אײגענע און יענעמס פֿעלערן, זענען באַרירט פֿון פֿײַער און מגפֿה, געזונקען אין גרוב, זינגענדיק — פּונקט ווי קרחס קינדער.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.