נתן כּהן באַשרײַבט דרך פֿון ייִדיש פֿון „זשאַרגאָן‟ ביז קולטורשפּראַך Nathan Cohen describes path of Yiddish from dialect to a language of culture
אין זײַן בוך ווײַזט ער פּרטימדיק די טראַדיציאָנעלע און מאָדערנע השפּעות אויף ייִדן וואָס זענען געוואָרן וועלטלעכע ייִדישע שרײַבער.
די טעג קאָן מען זען אין ישׂראל אַ רעאַליטי־סעריע א”נ „עוד ניפּגש‟ (מיר וועלן זיך נאָך זען), וווּ פֿינף ישׂראלים פּרוּוון צו באַנײַען אַ פֿאַרבינדונג מיט זייערע קרובֿים וואָס זענען געוואָרן בעלי־תּשובֿה. אלעד, אַן אַקטיאָר, פּראָבירט זיך צו דערנענטערן צו זײַן בראָסלעווער צווילינג־ברודער מיט דער הילף פֿון אַ צווייטן חסיד, ראובֿן. בעת איינעם פֿון זייערע שמועסן דערציילט אלעד ראובֿנען אַז ווען ער טרעט אַרויף אויף דער בינע פֿילט ער אַ הייליקע באַגײַסטערונג: „די בינע איז מײַן לעבן. פֿאַר מיר, איז די בינע הייליק‟. „דײַן רייד איז מיר עפּעס מאָדנע‟, ענטפֿערט אים ראובֿן, „הייליק? וואָס הייסט הייליק? זײַ מיר מוחל, אָבער די בינע איז אַ פּרנסה, און ווען דו וואָלטסט נישט געהאַט קיין פּרנסה דאָרטן, וואָלטסטו געזוכט פּרנסה ערגעץ אַנדערש ווּו‟.
דער עפּיזאָד איז אפֿשר נישט אַזוי פּאַסיק צו עפֿענען אַ רעצענזיע וועגן נתן כּהנס בוך, „יידיש בסימן קריאה: מלשון דיבור לשפת תרבות‟ (פֿון אַ גערעדטער שפּראַך צו אַ קולטור־לשון). אַן אַקטיאָר דאַרף נישט זײַן קיין ליטעראַט, אָבער זײַן געפֿיל – די הייליקע באַגײַסטערונג – קאָן זײַן אַ בשותּפֿותדיקע פֿאַר זיי ביידן: סײַ דער אַקטיאָר און סײַ דער שרײַבער שאַפֿן קונסט ווי אַ מעטאַפֿיזישן אויפֿטו, וואָס איז ווײַט פֿונעם וועלטלעכן טאָג־טעגלעכן לעבן.
הײַנט צו טאָג, קלינגט אַזאַ אויסדרוק, „קונסט איז הייליק‟, אַ ביסל מאָדנע, און נישט נאָר אין די אויערן פֿון אַ בראָסלעווער חסיד. אינעם נײַנצטן יאָרהונדערט, בעת דער רעוואָלוציע וואָס נתּן כּהן שילדערט אין זײַן בוך, האָבן ייִדן אָבער טאַקע געשאַפֿן קונסט מיט אַ קדושה־געפֿיל. דאָס געדרוקטע בוך איז געווען ווי אַ נײַער גילגול פֿונעם ספֿר, און אַ גוטער וועלטלעכער שרײַבער האָט געציטערט בײַם שרײַבן אַ בוך, פּונקט ווי אַ סופֿר בײַם שרײַבן אַ ספֿר־תּורה. אַזוי האָט מענדעלע מוכר ספֿרים געשילדערט דעם שרײַבערס מלאכה אין „שלמה רב חיימ’ס‟: „ער זוכט, קלײַבט צו די פּאַסנדיקע ווערטער, זעצט זיי ווי פּערל איינס צום אַנדערן מיט ישובֿ הדעת, מיט דער כּוונה אַז דער גײַסט און די צורה זאָלן, ווי די נשמה מיטן גוף, פּאַסן איינער צום אַנדערן.‟
אינעם פֿערטן קאַפּיטל פֿון בוך, „לגלות עולם חדש‟ (בײַם אַנטדעקן אַ נײַע וועלט), באַשרײַבט נתּן כּהן – דער ראש פֿון ייִדישע לימודים אין אוניווערסיטעט בר־אילן – 40 שרײַבערס און שרײַבערינס וואָס האָבן אויסגעקליבן דווקא ייִדיש אין אַ צײַט ווען מען האָט געקוקט אויף ייִדיש „פֿון אויבן אַראָפּ און מיט גרויס שפּאַס‟, ווי מענדעלע האָט געשריבן, און צוזאַמען האָבן זיי געהאָלפֿן פֿאַרוואַנדלען דעם „זשאַרגאָן‟ אין אַ קולטורשפּראַך. זייער ערשטע באַגעגעניש מיט דער נײַער ייִדישער ליטעראַטור ווערט געשילדערט אין זייערע אויטאָביאָגראַפֿישע כּתבֿים ווי אַ „באַגײַסטערטע און רירנדיקע איבערלעבונג‟, און אַפֿילו „אַ רעוואָלוציע‟ (ז’ 298). י.ל. פּרץ, למשל, האָט דעפֿינירט די ביבליאָטעק אין זײַן היימשטעטל זאַמאָשטש ווי אַ בית־מדרש, און די שטראַלן וואָס פֿאַלן אויף די ביכער זײַנען געווען פֿאַר אים דער עמוד ענן און עמוד אש (פֿײַער־ און וואָלקן־זײַלן), וואָס „ביידע פֿירן אין מדבר!‟ (ז’ 300).
אין תּוך, איז דאָס אַנטפּלעקן דעם כּוח פֿון דער ליטעראַטור גאָר אַ קליינער חידוש. „ווער האָט ניט געזען די שׂמחה פֿון בית השואבֿה האָט קיין שׂמחה אין לעבן ניט געזען,‟ זאָגן חז”ל, און מע קען צוגעבן אין דעם גײַסט אַז ווער האָט יאָ געקענט די דערהייבונג פֿון לערנען תּורה האָט געוואָלט פֿילן דאָס גלײַכן בײַם שרײַבן ליטעראַטור; און ווער ס׳האָט געקענט די קדושה פֿון לשון־קודש האָט געשטרעבט צו געפֿינען אַזאַ קדושה אויך אין זײַן סאַמע גערעדטער שפּראַך, ייִדיש, וואָס איז איצט געוואָרן זײַן קולטורשפּראַך. נישט אומזיסט האָבן די (גוטע) ייִדישע שרײַבערס געקעמפֿט מיט מסירת־נפֿש אַנטקעגן דעם שונד און זײַנע פֿאַרפֿאַסערס, וואָס האָבן נישט געטראַכט זיבן מאָל פֿאַרן שרײַבן יעדן וואָרט.
די חרדים פֿון יענע דורות האָבן גוט פֿאַרשטאַנען דעם באַטײַט פֿון דער רעוואָלוציע. איין קאַפּיטל אין כּהנס בוך איז געווידמעט די ייִדישע ביבליאָטעקן, וואָס האָבן פֿאַרשפּרייט די ייִדישע קולטור אין דער רוסישער אימפּעריע (פֿון 50 ביבליאָטעקן אין 1902 זענען געוואָרן 291 אין יאָר 1911). אָן דעם, האָט דבֿ שטאָק־סדן געגעבן צו פֿאַרשטיין, „איז דאָ אַ ספֿק צי די ליטעראַטור פֿון די לעצטע דורות וואָלט זיך געקענט פֿאַרשפּרייטן אין די ייִדישע קהילות פֿון מזרח־אייראָפּע. די ביבליאָטעקן זײַנען דערפֿאַר צווישן די הויפּטפֿאַקטאָרן אין דער ייִדישער קולטור‟ (ז’ 415). די אָ ביבליאָטעקן זײַנען געווען ווי דערנער אין די אויגן פֿון די פֿרומע לײַט, און כּהן דערציילט וועגן עטלעכע פֿאַלן ווען די לעצטע האָבן געמסרט ביבליאָטעק־טעטיקערס אָדער אַפֿילו פֿאַרברענט ביכער. אין האָראָשקי, למשל, האָבן חסידים געדאַרפֿט מסרן יענע וואָס האָבן געהאַט מכּלומרשט רעוואָלוציאָנערע מאַטעריאַלן; אינעם שטעטל וויעלון, נישט ווײַט פֿון לאָדזש, האָבן עטלעכע אײַנוווינערס „נישט געקענט פֿאַרטראָגן אַז אין זייער הייליק שטעטל עקזיסטירט אַ ביבליאָטעק, און בפֿרט אַפּיקורסישע ביכער און ייִדישע צײַטונגען‟; אין טעטיעוו האָבן חסידים זיך אַרײַנגעריסן אין דער ביבליאָטעק, אַרויסגענומען די השׂכּלה־ביכער און זיי פֿאַרברענט אין קלויז; אין נאַשעלסק האָבן חסידים צעריסן די ביכער און גענומען געלט פֿון שופֿלאָד, אאַז”וו (ז’ 387-386).
זײַט מוחל וואָס איך האָב אַביסל צו פֿיל געגריבלט אין די ענינים; די סיבה דערפֿון איז אפֿשר ווײַל עס רעדט זיך אויך וועגן מיר: איך אַליין האָב, מיט יאָרן צוריק, דערפֿילט דעם ציטער בײַם איבערגאַנג פֿון ספֿרים צו ביכער, הונדערט יאָר נאָך מענדעלע און זײַנע נאָכגייערס. אָבער אייגנטלעך, האָט דאָס צו טאָן מיט דעם מהות פֿון נתּן כּהנס בוך: די פֿונדאַמענטאַלע ראָלע פֿונעם געדרוקטן וואָרט (ביכער, צײַטונגען) בײַם גרינדן די ייִדישע קולטור, דער עיקר צווישן 1881 און 1914. עס האָט לאַנג געדויערט ביז די ייִדישע קולטור איז אַריין אינעם „געבענטשטן תּחום”, די גרענעצן פֿון דעם ייִדישן ייִישובֿ אין צאַרישן רוסלאַנד; תּחילת האָבן די משׂכּילים געשריבן און געלייענט העברעיִש אָדער רוסיש און נישט קיין ייִדיש; אָבער אין די לעצטע צענדליקער יאָרן פֿאַר דער ערשטער וועלטקריג האָט ייִדיש אַריבערגעגאַנגען פֿון קיך צום סאַלאָן.
מע קען זאָגן אַז כּל־זמן ייִדיש איז געווען נאָר אַ מיטל צו דערציִען די מאַסן, ווי אין די ערשטע דורות פֿון דער השׂכּלה, האָט זי נישט דערגרייכט די מדרגה פֿון אַ מאָדערנער קולטור. ערשט נאָך דעם ווי מע האָט געשאַפֿן ייִדיש לשמה – האָט אויך די אינטעליגענץ אָנגעהויבן אָפּשאַצן ייִדיש.
כּהן ווײַזט די סטאַנציעס אין דעם לאַנגן וועג: די ערשטע ייִדישע צײַטונג, „קול מבֿשׂר” (1862), מענדעלעס און י.י. לינעצקיס ערשטע שאַפֿונגען (1864 און 1867), וואָס האָבן געמאַכט אַ גוואַלדיקן רושם אויפֿן ייִנגערן דור. אַזוי למשל האָט ד”ר גרשון לעווין געשילדערט דאָס ערשטע מאָל ווען ייִדיש האָט אים איבערראַשט, נאָך דעם ווי זײַן טאַטע האָט אים פֿאָרגעלייענט לינעצקיס בוך, „דאָס פּוילישע יונגעל”: „מיר אַלע האָבן זיך צוגעהערט מיט דער גרעסטער אויפֿמערקזאַמקייט, מײַן שוואָגער אַפֿילו האָט אַוועקגעלייגט פּיסאַרעווען [אַ רוסישער שרײַבער]… [עס] האָט געמאַכט אַ גאַנצע רעוואָלוציע אין מײַן מוח” (לוין, „פּרץ: אַ ביסעל זכרונות”, ציטירט אין כּהנס בוך, ז’ 46).
כּהן נעמט אַרײַן די ערשטע ייִדישע צײַטונגען פֿון צוואַנציקסטן יאָרהונדערט – „פֿרײַנד”, „הײַנט” און „מאָמענט” — און אויך די סאָציאַליסטישע און אָרטאָדאָקסישע צײַטשריפֿטן. צוזאַמען מיט זיי, און מיט די נײַע פֿאַרלאַגן, איז אויסגעוואַקסן אַ נײַער „ייִדישער ליטעראַרישערער הויפּט־צענטער”: וואַרשע, און אַ סך פֿון די קולטור־טוערס האָבן זיך אַהין געצויגן און פֿאַרלאָזט די פֿריִערדיקע צענטערס ווי ווילנע אָדער אָדעס (כאָטש כּהן שילדערט אויך זיי, און דערצו קיִעוו, מינסק אאַז”וו, אין זײַן בוך).
פֿאַרשטייט זיך, איז נישט אַלץ אין דער נײַער ייִדישער קולטור געווען דערהויבן – ווײַט פֿון דעם. כּהן ווידמעט אַ קאַפּיטל פֿון זײַן בוך דעם נײַעם זשאַנער, די קרימינעלע געשיכטעס, ייִדישע ביכער און בפֿרט ביכלעך וועגן פֿאַרשיידענע „שערלאָק האָלמסן”, וואָס זײַנען געווען פּונקט אַזוי פּאָפּולער ווי שפּעטער — דער קינאָ. קיין שום קולטור קאָן נישט עקזיסטירן אָן אַזעלכע עלעמענטן, פּונקט ווי אַ וואָך איז צונויפֿגעשטעלט פֿון זעקס וואָכעדיקע טעג און איין שבת. אַ ליטעראַטור ווערט נישט געשריבן נאָר דורך דיאַמענטן, נאָר אָפֿטנס דורך זייערע געמיינע קוזינעס, די בלײַערס. כּהן דערציילט וועגן זיי ביידע און אַ סך מער, און די וואָס ווילן פֿאַרשטיין די יסודות פֿון דער ייִדישער קולטור מוזן זיך באַקענען מיט זײַן בוך.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO