פּרשת „דבֿרים‟ און די אידעאַלן פֿון עספּעראַנטאָParshes Dvorim and the ideals of Esperanto
לכּבֿוד דעם יאָרצײַט פֿון אליעזר זאַמענהאָף, דעם דערפֿינדער פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער שפּראַך, פּאַסט אַרומצורעדן משה רבינוס צוגאַנג צו ווערטער.
דעם הײַנטיקן שבת הייבן מיר אָן לייענען דעם לעצטן טייל פֿון חמישה־חומשי־תּורה, „דבֿרים‟, וואָס קלינגט ווי משה רבינוס פּערזענלעכע איבערחזרונג פֿון די פֿריִערדיקע תּורה־ענינים מיט וויכטיקע פּירושים און הוספֿות, ווי אויך זײַנע אייגענע מוסר־דרשות.
ווי באַלד משה רבינוס נשמה איז געווען פֿאַראייניקט מיטן אייבערשטן, וועלכער האָט גוטגעהייסן דעם טעקסט, קומט דער דאָזיקער טייל פֿון דער תּורה אויך פֿונעם רבונו־של־עולם אַליין, אָבער אויף אַן אומדירעקטן אופֿן, מער אויסגעמישט מיט אַ פּערזענלעכן, מענטשלעכן אַספּעקט.
„דבֿרים‟ מיינט אויף לשון־קודש ווערטער און זאַכן. שפּעטער, אָנהייבנדיק פֿון דער משניות־שפּראַך, באַווײַזט זיך אַ געוויסער חילוק צווישן דער אַראַמישן־שטאַמיקער „מילה‟ (וואָרט) און „דבֿר‟ (זאַך). דאָס וואָרט „תּיבֿה‟, וואָס מיינט אַ קאַסטן, האָט אויך באַקומען דעם צוויישן באַדײַט: אַ וואָרט ווי אַ „קעסטעלע‟ פֿון אותיות. אינעם קלאַסישן תּנ״כישן לשון־קודש איז אָבער נישטאָ קיין אונטערשייד צווישן זאַכן און ווערטער; אַ וואָרט איז אַ זאַך.
דער הײַנטיקער מוצאי־שבת איז די דאַטע, ווען ד״ר אליעזר (לודוויג) זאַמענהאָף האָט אַרויסגעגעבן דאָס ערשטע לערנבוך פֿון זײַן קינסטלעכער שפּראַך עספּעראַנטאָ. פֿאַר די עספּעראַנטיסטן אַרום דער וועלט איז דער 26סטער יולי אַ מין יום־טובֿ – דער „זאַמענהאָף־טאָג‟; אַ טייל ייִדישע עספּעראַנטיסטן פּראַווען עס לויטן ייִדישן לוח, דעם 5טן אָבֿ.
זאַמענהאָף איז געווען אַ ייִדישער אויגן־דאָקטער פֿון ביאַליסטאָק, וועלכער האָט שטאַרק געגלייבט אין דער „זאַכלעכקייט‟ פֿון מענטשלעכע לשונות. אין 1879, זײַענדיק אַ סטודענט פֿונעם מאָסקווער אוניווערסיטעט, האָט ער אָנגעשריבן די ערשטע סיסטעמאַטישע ייִדישע גראַמאַטיק; אַ טייל פֿון איר איז שפּעטער דערשינען אינעם ווילנער זשורנאַל „לעבן און וויסנשאַפֿט‟. אין 1982 איז אַרויס די פֿולע ווערסיע פֿון זײַן ווערק, אָנגעשריבן אויף ייִדיש מיט לאַטײַנישע אותיות, באַגלייט מיט אַן איבערזעצונג אויף עספּעראַנטאָ.
זאַמענהאָף האָט אויסגעאַרבעט אַן אייגענע שיטה אין ייִדישקייט, וועלכע ער האָט אָנגערופֿן „הלליזם‟, באַגרינדעט אויף פּשוטע אַלמענטשלעכע עטישע יסודות. מיט דער צײַט האָט ער אָבער באַשלאָסן, אַז ייִדיש איז מסוגל צו פֿאַראייניקן נאָר ייִדן. האָפֿנדיק צו פֿאַראייניקן אַלע מענטשן אין דער וועלט, האָט ער געשאַפֿן אַן אייגענע, נייטראַלע שפּראַך מיט קלאָרע גראַמאַטישע כּללים, וווּ יעדעס וואָרט איז קלאָר, איינדײַטיק און רעפּרעזענטירט בלויז דאָס, וואָס דער רעדער וויל אַרויסזאָגן, אָן קיין באַהאַלטענע סודות און צווייזיניקע קאָנאָטאַציעס. פֿאָרט, באַמערקן די פֿאָרשער פֿון עספּעראַנטאָ געוויסע פֿאַרבינדונגען פֿון זאַמענהאָפֿס אייגן לשון מיט ייִדיש און לשון־קודש.
זאַמענהאף האָט געגלייבט, אַז די עצם־סטרוקטור פֿון די מענטשלעכע שפּראַכן קאָן גורם זײַן גאַנץ ממשותדיקע פּאָליטישע און סאָציאַלע רעזולטאַטן: למשל, צו פֿאַראייניקן מענטשן און צו לייזן קאָנפֿליקטן און מיספֿאַרשטייענישן צווישן פֿעלקער. ער האָט באַטראַכט ווערטער ווי קאָנקרעטע זאַכן, וואָס קאָנען פֿאַרבעסערן דעם סאָציאַלן מצבֿ אין דער וועלט; אַזאַ צוגאַנג איז, אַוודאי, זייער ייִדישלעך.
ווען עספּעראַנטאָ האָט צוגעצויגן טויזנטער מענטשן און זיך אַנטוויקלט אין אַ פּראַקטיש לשון, האָבן די רעדער צוגעטראַכט פֿאַרשיידענע ווערטערשפּילן און פֿילזיניקע אויסדרוקן, וואָס ווערן ברייט באַנוצט אין דער עספּעראַנטישער פּאָעזיע. אַ שפּראַך, אַ נאַטירלעכע צי קינסטלעכע, ווערט מער „זאַכלעך‟, מסוגל משפּיע צו זײַן אויף דער וועלט, דווקא ווען זי טראָגט אין זיך אַ געוויסן עלעמענט פֿון נאַטירלעכער אומבאַשטימטקייט.
אין אונדזער באַוווּסטזײַן ווערן די חילוקים צווישן ווערטער און גשמיותדיקע אָביעקטן צומאָל צעשוועקט; דאָס דערמעגלעכט אונדז צו אַסאָציִיִרן פֿאַרשיידענע זאַכן אויף חידושדיקע, אומגעריכטע אופֿנים, צו אַנטדעקן באַהאַלטענע פֿאַרבינדונגען צווישן זיי. עס קאָן זײַן, אַז צוליב דעם הייבט אָן משה רבינו זײַן פּערזענלעכן אָפּטײַטש פֿון דער תּורה דווקא מיט אַזאַ צווייטײַטשיקן באַגריף. אַ וואָרט קאָן זײַן טײַערער און שווערער ווי גאָלד; אַ פֿיזישע זאַך קאָן אין זיך אַנטהאַלטן אַ גאַנצע וועלט פֿון באַדײַטן און אַסאָציאַציעס. משה רבינו דערמאָנט אונדז, אַז ווערטער זענען עכטע זאַכן, נישט בלויז סימבאָלישע אַבסטראַקציעס.
ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז ייִדיש ציט הײַנט צו טויזנטער ליבהאָבער אַרום דער וועלט, לאַוו־דווקא ייִדן, וואָס אַסאָציִיִרן אונדזער שפּראַך מיט פּראָגרעסיווער פּאָליטיק. צענדליקער אַזעלכע ייִדיש־ליבהאָבער זענען פֿאַרבונדן מיט דער פּאַריזער מעדעם־ביבליאָטעק. הגם זאַמענהאָף אַליין האָט געגלייבט, אַז ייִדיש איז צו ספּעציפֿיש, באַטראַכטן עס אַזעלכע יחידים ווי אַ מין אינטערנאַציאָנאַל – און ממילא „זאַכלעך‟ – לשון.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO