נײַער נומער „ייִדישלאַנד“ געווידמעט הײַנטיקע ישׂראלדיקע שרײַבער אויף ייִדישNew issue of Yiddishland: Contemporary Israeli Yiddish writers
דער נומער נעמט אַרײַן אַן אַקאַדעמישן אַרטיקל וועגן רײַזע־באַשרײַבונגען פֿון מיטל־עלטער, און לידער און דערציילונגען וועגן דעם הײַנטיקן ישׂראל.
נאָכן אַרויסגעבן אַ ספּעציעלן נומער געווידמעט הײַנטיקע שרײַבער פֿונעם ייִדישן אויטאָנאָמען געגנט ביראָבידזשאַן, האָט די רעדאַקציע פֿון „ייִדישלאַנד“ באַשלאָסן איבערצוגעבן דעם נײַעם טאָפּלטן נומער הײַנטצײַטיקע שרײַבער פֿון דער ייִדישער מדינה.
ווי די רעדאַקטאָרן וועלוול טשערנין, מיכאל פֿעלזענבאַום, דובֿ־בער קערלער און וואַלערי דימשיץ גיבן איבער אין זייער אַרײַנפֿיר, האָט מען לכתּחילה דעבאַטירט, צי מע זאָל שרײַבן דעם נאָמען פֿונעם זשורנאַל „ייִדישלאַנד“, צי „ייִדיש לאַנד“, דאָס הייסט, אַ זשורנאַל פֿונעם ייִדישן לאַנד. צום סוף האָט מען אויסגעקליבן עס שרײַבן ווי איין וואָרט, גיבן איבער די רעדאַקטאָרן. דערפֿאַר קען מען אָט דעם טאָפּלטן נומער באַטראַכטן ווי דער ”ייִדיש לאַנד־נומער“, ווײַל אַלע שרײַבער אויף זײַנע זײַטן זענען הײַנטצײַטיקע ישׂראלים.
במשך פֿון די לעצטע דרײַ יאָר איז „ייִדישלאַנד“ געוואָרן, צוזאַמען מיט „אויפֿן שוועל“ און דעם פֿאָרווערטס, די איינציקע אויסגאַבע אויף דער וועלט, וווּ מע קען נאָך אַלץ לייענען לענגערע וויסנשאַפֿטלעכע אַרטיקלען אויף מאַמע־לשון. אינעם נײַעם נומער געפֿינט מען, למשל, אַ ממשותדיקן פֿאָרשאַרטיקל פֿון חווה שמולעוויטש וועגן צוויישפּראַכיקע לידער פֿון מיזרח־אייראָפּע אויף ייִדיש און לשון־קודש. דער אַרטיקל, געשאַפֿן אויפֿן סמך פֿון איר מאַגיסטער־אַרבעט בײַם אריאלער אוניווערסיטעט, פֿאַררופֿט זיך אויף צענדליקער היסטאָרישע מקורים געשריבן אויף ענגליש, רוסיש, דײַטש, העברעיִש און ייִדיש. אינעם נומער געפֿינט מען אויך ענת אדרתס פֿאָרש־אַרטיקל וועגן רײַזע־באַשרײַבונגען אין דער אַלט־ייִדישער ליטעראַטור, וואָס זי האָט געשריבן אויפֿן סמך פֿון איר דאָקטאָראַט־טעזיס בײַם בר־אילנער אוניווערסיטעט. אינעם אַרטיקל ווײַזט זי, ווי אַזוי די ייִדיש־שפּראַכיקע „איטינאַריעס“, ווי מע רופֿט אָן דעם זשאַנער פֿון רײַזע־נאָטיצן וואָס שילדערן ארץ־הקודש, זענען געווען אַנדערש סײַ פֿון די אויף לאַטײַניש אָדער דײַטשיש פֿון דער זעלביקער תּקופֿה, סײַ פֿון די וואָס מע האָט אין יענע יאָרן געשריבן אויף העברעיִש.
וואָס שייך פּראָזע געפֿינט מען אינעם נײַעם נומער עטלעכע דערציילונגען און אויסצוגן פֿון ראָמאַנען. קודם דריקט מען אָפּ די דרײַ פּרעמיערטע דערציילונגען בײַם שרײַבער־קאָנקורס דורכגעפֿירט פֿון דער „ישׂראלדיקער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור“. דערצו געפֿינט מען אַ נײַע דערציילונג פֿון עמיל קאַלין, דרײַ מיניאַטורן פֿון שירי שאַפּירא, אַן אויסצוג פֿון מיכאל פֿעלזענבאַומס נײַעם ראָמאַן און צוויי דערציילונגען איבערגעזעצט דורך וועלוול טשערנין (אורציון ברתּנאס אַ דערציילונג פֿון העברעיִש, און אַלכּסנדר דראַבקינס אַ דערציילונג פֿון רוסיש).
אינעם נומער געפֿינען זיך אויך נאָך נײַע לידער פֿון דרײַ דורות ייִדישע פּאָעטן: רבֿקה באַסמאַן בן־חיים, באָריס קאַרלאָוו, מיכאל פֿעלזענבאַום און אָשער גל.
כּדי צו באַשטעלן דעם נײַעם נומער „ייִדישלאַנד“, גיט אַ קוועטש דאָ.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor