מזל־טובֿ! ריכטער פֿון ישׂראלדיקן דערציילונג־קאָנקורס מעלדן די געווינערMazel Tov! Israeli Judges Announce Winners of Yiddish Story Contest
די פּרעמיערטע דערציילונגען פֿון דער „נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור‟ וועלן אין גיכן אָפּגעדרוקט ווערן אין פֿאָרווערטס.

Graphic by Angelie Zaslavsky
די „נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור‟ אין ישׂראל האָט געלאָזט וויסן, ווער עס זענען די געווינער פֿונעם ערשטן מלוכישן קאָנקורס אין ישׂראל פֿאַר ייִדיש־שפּראַכיקע דערציילונגען. דעם הויפּטפּריז, וואָס קומט מיט אַ באַלוינונג פֿון 3,000 שקלים, וועט מען צוטיילן עטל ניבאָרסקי פֿאַר איר דערציילונג „בריוו צו אַ בלינדן זיידן‟. אויפֿן צווייטן אָרט וועט שירי שפּירא, די מחברטע פֿון „דרײַ אלמנות‟, באַקומען אַ באַלוינונג פֿון 1,500 שקלים. רפֿאל האַלף האָט געוווּנען אויפֿן דריטן אָרט פֿאַר זײַן דערציילונג „אַ בריוו דער פּאָסט‟. ער וועט באַקומען אַ באַלוינונג פֿון 1,000 שקלים.
די דערציילונגען וועלן אָפּגעדרוקט ווערן אינעם פֿאָרווערטס אין די קומענדיקע טעג. מע וועט צוטיילן די פּרעמיעס אויף אַ צערעמאָניע אין ירושלים דעם 19טן נאָוועמבער 2019.
כאָטש זי איז נאָך ניט קיין 20 יאָר אַלט, איז עטל ניבאָרסקי ווײַט ניט קיין פּנים־חדשות אין דער ייִדישער ליטעראַטור. צו אַכט יאָר האָט זי געמאַכט איר דעביוט אינעם „פֿאָרווערטס‟. צו צוועלף יאָר האָט זי געוווּנען יוגנטרופֿס שרײַבער־קאָנקורס פֿון יאָר 2012 און זי האָט אויך באַקומען אַ פּרעמיע פֿונעם חסידישן זשורנאַל „דער וועקער‟ פֿאַר אַ מיניאַטור אירע. אין די לעצטע 10 יאָר האָט זי אַרויסגעלאָזט צוויי נאָוועלעס אויף ייִדיש.
שירי שפּירא איז אַ ליטעראַרישע איבערזעצערין פֿון ענגליש, דײַטשיש און ייִדיש אויף העברעיִש. זי האָט שוין איבערגעזעצט ווערק פֿון דער פּאָעטעסע דבֿורה פֿאָגעל און דעם שרײַבער ישׂראל ראַבאָן. אַחוץ איר מאַגיסטער אין ליטעראַרישער איבערזעצערײַ האָט זי באַקומען אַ מאַגיסטער אין ייִדיש פֿון „העברעיִשן אוניווערסיטעט‟, פֿאַרטיידיקנדיק אַ טעזיס וועגן דעם קול פֿונעם נאַראַטאָר אין די ווערק פֿון באַשעוויסן.
רפֿאל האַלף איז אויפֿגעוואַקסן אין טינעק, ניו־דזשערזי און האָט פֿאַרענדיקט „קאָלומביע־אוניווערסיטעט‟ און דעם „ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר‟. אַ געוועזענער סטיפּענדיאַט בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟, לערנט ער זיך איצט אין תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט. זײַן דערציילונג, „אַ שׂריפֿה אין ברוקלין‟ איז אָפּגעדרוקט געוואָרן אינעם פּאַפּירענעם פֿאָרווערטס פֿון אַפּריל 2019.
It’s our birthday and we’re still celebrating!
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news.
This week we celebrate 129 years of the Forward. We’re proud of our origins as a Yiddish print publication serving Jewish immigrants. And we’re just as proud of what we’ve become today: A trusted source of Jewish news and opinion, available digitally to anyone in the world without paywalls or subscriptions.
We’ve helped five generations of American Jews make sense of the news and the world around them — and we aren’t slowing down any time soon.
As a nonprofit newsroom, reader donations make it possible for us to do this work. Support independent, agenda-free Jewish journalism and our board will match your gift in honor of our birthday!
