Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

תּשעה־באָבֿ 1939: האָבן די פּוילישע ייִדן פֿאָרויסגעזען נאָך אַ חורבן?Tisha B’av 1939: Did Polish Jews see another destruction coming?

דאָס וואָרט „חורבן‟ באַווײַזט זיך אָפֿט אין דער ייִדישער פּרעסע פֿון 1919 ביז 1939.

ווי אַזוי האָבן די פּוילישע ייִדן אָנגעצייכנט תּישעה־באָבֿ אין יולי 1939? צי האָבן זיי זיך אַפֿילו פֿאָרגעשטעלט אַז זייער אייגענער חורבן וועט באַלד פֿאָרקומען, און האָבן זיי עס פֿאָרגליכן מיטן חורבן בית־המקדש?

די פֿראַגע איז אַ טייל פֿון אַן אַלגעמיינער קשיא, וואָס איך האָב לעצטנס אָנגעהויבן פֿאָרשן: צי האָבן די פּוילישע ייִדן פֿאָראויסגעזען זייער חורבן נאָך פֿאַר סעפּטעמבער 1939? דער ענטפֿער איז מכּלומרשט אַ פּשוטע: מיר קענען דאָך מרדכי געבירטיגס „אונדזער שטעטל ברענט‟ און יעקבֿ גלאַטשטיינס „אַ גוטע נאַכט, וועלט‟ — ביידע פֿון 1938; מע קען אויך אַהרן צייטלינס — און נאָך אַנדערע — כּתבֿים, וואָס דערמאָנען בפֿירוש אַ חורבן. אָבער צי האָבן זיי טאַקע געקאָנט פֿאָרויסזען דעם חורבן פֿון 1945-1939, ווי די תּוכחה־זאָגערס, צי תּוכחה־נבֿיאים האָבן פֿאָרויסגעזען דעם חורבן בית־המיקדש? אין מײַנע ביז איצטיקע אויספֿאָרשונגען האָב איך אַנטדעקט אַז די פֿראַגע — ווי אַזוי האָבן ייִדן באַגריפֿן דעם חורבן פֿאַרן חורבן — בלײַבט אַ קשיא.

די ייִדישע פּרעסע אין פּוילן האָט אַ סך געשריבן וועגן חורבן, און נישט נאָר אין די יאָרן 1938 און 1939. עס דוכט זיך אַז וועגן חורבנות האָבן ייִדן גערעדט פֿון תּמיד אָן; אין די ראַמען פֿון מײַן פֿאָרשונג — די יאָרן פֿון 1919 ביז 1939 — געפֿינט זיך אויף טריט און שריט דאָס וואָרט „חורבן‟, אין שײַכות מיט די פּאָגראַמען פֿון די אוקראַיִנישע ייִדישע שטעטלעך אין 1919 און 1920, ווי אויך די גזירות פֿון דעם פֿינאַנץ־מיניסטער וולאַדיסלאַוו גראַבסקי, וואָס האָבן געפֿירט צו אַן עקאָנאָמישן חורבן נאָך 1925; דעם עקאָנאָמישן וועלטקריזיס פֿון 1929; די נײַע פּוילישע גזירות נאָך מאַרשאַל פּילסודסקיס טויט אין 1935; די פּאָגראָמען אין די פּוילישע שטעט און שטעטלעך. זייער אָפֿט געפֿינען זיך די אידיאָמען „עקאָנאָמישער/קולטורעלער חורבן‟, אָדער „חורבן פֿון דער ייִדישער גאַס‟. פֿאַרשטייט זיך, צווישן די אַלע קאָלאָסאַלע חורבנות זײַנען פֿאַראַן אויך קלענערע אומגליקן ווי גנבֿות, עקסמיסיעס, שמד אאַז״וו.

דאָס וואָרט „חורבן‟ האָט זיך אַזוי פֿיל מאָל איבערגעחזרט אין דער ייִדישער פּרעסע, אַז שוין דעם 5טן אויגוסט 1928 האָט דער שרײַבער אליעזר שטיינמאַן זיך באַקלאָגט אין דער וואַרשעווער „מאָמענט‟: „מענטשן האָבן ליב אַז עס רודערט זיך… מענטשן גרייטן זיך. נישטאָ כּמעט איין טאָג, עס זאָל נישט קומען אַ שטיקל פּאַניק, און מענטשן לאָזן זיך אַרויס… זיך ראַטעווען‟.

ווען מע זוכט דאָס וואָרט „חורבן‟ אין די סקאַנירטע צײַטונגען פֿונעם „היסטאָרישן ייִדישן פּרעסע־אַרכיוו‟ (פֿון דער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק אין ירושלים און תּל־אבֿיבֿער אוניווערסיטעט) זעט מען אַז אין די יאָרן 1938 און 1939 ווערט דאָס וואָרט נאָך מער געניצט ווי פֿריִער. דערפֿאַר איז טשיקאַווע צו שטעלן די פֿראַגע, ווי אַזוי האָבן די פּוילישע ייִדישע צײַטונגען אָנגעצייכנט זייער לעצטן תּישעה־באָבֿ? מע דאַרף דאָ אונטערשטרײַכן אַז אין די יולי־טעג פון 1939 האָט קיינער מער נישט געקענט לייקענען די דײַטשישע סכּנה: אַלע האָבן זיך שוין געשושקעט וועגן גאָר אַ רעאַלער מעגלעכקייט פֿון קריג. דאָס מאָל האָט היטלער גערעדט וועגן דאַנציג, אָבער עס איז שוין כּמעט קלאָר געווען אַז ער מיינט אַ סך מער: באַזעצן פּוילן.

אין יאָר 1939 איז תּישעה־באָבֿ אויסגעפֿאַלן דעם 25סטן יולי, אָבער שוין אין אָנהויב חודש האָט מען געשריבן וועגן פֿאַרשיידענע חורבנות: למשל אַ „נאַטור־קאַטאַסטראָפֿע‟ אינעם שטעטל זאַלאָשין וואָס האָט געמאַכט „אַ מוראדיקן חורבן… די הײַזער זיינען צעקלאַפּט און געלעכערט; די פֿרוכט ביימער — פֿאַרניכטעט‟ („גראָדנער לעבן‟, דעם 5טן יולי). די פּוילישע ייִדישע צײַטונגען האָבן מיטגעלעבט די טראַגעדיעס פֿון זייערע נאָענטע דײַטשישע ייִדן — אין דאַנציג, וואָס איז געוואָרן כּמעט „ייִדנפֿרײַ‟ („הײַנט‟, דעם 8טן יולי), און אין אַ דאָרף לעבן פּאָזנע, וואָס נאָר איין ייִד איז דאָרטן פֿאַרבליבן („דער לעצטער יוד‟, „מאָמענט‟, דעם 7טן יולי).

דעם 21סטן יולי 1939 הייבט מען שוין אָן רעדן וועגן תּישעה־באָבֿ — הײַנט און דעמאָלט. ב’ בוראַק, אין דער צײַטונג „קרעמעניצער לעבן‟, שרײַבט וועגן די צוויי בית־המיקדשן וואָס זיינען חרובֿ געוואָרן אין ט’ באבֿ, און ער ציטירט אחד־העם: „ווען אַ לאַנד ווערט חרובֿ, און דאָס פֿאָלק איז נאָך פֿול מיט לעבן און כּוח — שטייען אויף העלדן און פֿירן דאָס פֿאָלק נאָך זיי און בויען ווידער אויס דאָס לאַנד; ווען אָבער אַ פֿאָלק ווערט חרובֿ… פֿון וואַנען וועט קומען זײַן הילף?‟ בכן וויל בוראַק דערמוטיקן דאָס פֿאָלק „שטענדיק געדענקען די אידעאַלן פֿון אונדזערע נבֿיאים: דער קוואַל פֿון אונדזער לעבן איז די ריינע עטיק און גערעכטיקייטס־קולטור‟.

עס דוכט זיך אַז דער גײַסט פֿון תּישעה־באָבֿ הויערט שוין אַפֿילו דעמאָלט, אין יאָר תּרצ״ט, כאָטש מען דערמאָנט עס נישט בפֿירוש: דעם 21סטן יולי האָט „אונזער עקספּרעס‟ פֿאַרעפֿנטלעכט אַ קאַפּיטל זכרונות פֿונעם שרײַבער חיים סעמיאַטיצקי, וווּ ער באַשרײַבט זײַנע קינדער־יאָרן אינעם שטעטל טיקטין. זײַנע מעמואַרן זײַנען מלא־חן: ער רעדט וועגן „די מילכיקע טעג‟ (די נײַן טעג פֿאַר תּישעה־באָבֿ, ווען מען טאָר נישט עסן קיין פֿלייש), די פּראַכט פֿון זומער (די גאָלדענע פֿעלדער, די רויטע קאַרשן, דער טײַך „וואָס בעט זיך ממש מע זאָל צו אים קומען‟), און אַנטקעגן דעם — דער אָבֿלדיקער שוואַרצער בית־מדרש.

אין תּישעה־באָבֿ גופֿא האָט ב’ יאושזאָן פּובליקיט אין „הײַנט‟ נאָך אַ קאַפּיטל פֿון „אונזער אַלטן אוצר‟, געווידמעט דעם תּענית: די ווערטלעך זײַנען פֿול מיט דבֿרי תּורה, אָבער מע קאָן איגנאָרירן דעם אַקטועלן באַטײַט. אינעם זעלבן בלאַט האָט ד״ר עזריאל קאַרלעבאַך (וואָס האָט שפּעטער געגרינדעט די ישׂרלאדיקע צײַטונג „מעריבֿ‟) געשריבן דווקא וועגן ירושלים און ארץ־ישׂראל; ס’איז נישט קיין וווּנדער, ווען מע דערמאָנט זיך אַז מיט צען יאָר פֿריִער זײַנען אויסגעבראָכן די באַרימטע תּרפּ״ט פּורעניות (די בלוטיקע אומרוען מצד די אַראַבער) טאַקע אין תּישעה־באָבֿ, לעבן דעם כּותל־מערבֿי. אַ חוץ יאושזאָן און קאַרלעבאַך האָט קיינער אין „הײַנט‟ נישט געשריבן וועגן תּישעה־באבֿ אין דעמאָלטדיקן פּוילן.

אַפֿילו אין אַ צײַטונג וואָס די רעוויזיאָניסטן האָבן נישט לאַנג אָנגעהויבן פּובליקירן אין פּוילן א״נ „די טאַט‟ האָט מען גערעדט, דער עיקר, וועגן דעם עבֿר, כאָטש דער מוסר־השׂכּל איז געווען קלאָר: „פֿאָרוואָס איז חרובֿ ירושלים?… ס’איז געגאַנגען אַ קאַמף פֿאַר דער וועלט־הערשאַפֿט: צו וועמען זאָל די וועלט געהערן? צו רוים, צי צו ירושלים?‟ כאָטש די צײַטונג איז אַרויס אין פּוילן, ווענדן זיך די ווערטער צו ארץ־ישׂראל. אינטערעסאַנט אַז נישט די מלחמה וואס קומט פֿאָר אין פוילן האָט זיי אינטערעסירט, נאר דווקא די מלחמה אין ארץ־ישׂראל. דער אַרטיקל שליסט זיך מיט די ווערטער: „דער גלות איז אַ צײַטווײַליקע דערשײַנונג. ציון איז אייביק. נחמו נחמו עמי‟ (דעם 25סטן יולי).

„אונזער עקספּרעס‟ האָט יאָ אין יענעם טאָג געמאַכט מיט אַ בפֿירושן פֿאַרגלײַך מיטן אַרטיקל, „טיטוס און היטלער: צום הײַנטיקן תּישעה־באָבֿ‟. דער שרײַבער, מ. גינזבורג, האָט געעפֿנט זײַן אַרטיקל מיט די ווערטער: „אין די איצטיקע זייער געשפּאַנטע טעג פֿון דער וועלט־געשיכטע, ווען גורלות פֿון פֿעלקער און לענדער ליגן אויף דער וואָגשאָל…‟ – דערנאָך קומט דער שרײַבער צום אויספֿיר אַז „דער הײַנטיקער שׂונאי ישׂראל איז פֿיל ערגער פֿון דעם אַמאָליקן טיטוס‟. לויט זײַן מיינונג, איז טיטוס געווען אַ ביטערער שׂונא וואָס האָט געפֿירט מלחמה מיט זײַנע קעגנערס, די ייִדן, אָבער דער נאַציזם „זוכט נישט צו פֿאַרקלענערן דעם ייִדישן פּרעסטיזש, דעם ייִדישן שטאָלץ און כּבֿוד; ער זוכט אומצוברענגען אַ ראַסע פֿון דער וועלט. ער האָט זיך פֿאָרמאָסטן אויסצושטרײַכן פֿון פֿעלקער־פּינקס איינס פֿון די עלטסטע פֿעלקער פֿון דער וועלט‟.

ווי מיר האָבן געזען אינעם אויבן דערמאָנטן אַרײַנבליק, זײַנען אַזעלכע קלאָרע וויזיעס געווען זעלטן. צוזאַמענבינדן די ביידע חורבנות — חורבן ירושלים און חורבן פּוילן — איז געווען אפֿשר אַ ביסל צו טריוויאַל, און בפֿרט נאָך לאַנגע יאָרן פֿון ענלעכע פֿאַרגלײַכונגען. אַזוי אַרום, איז אין די אַרטיקלען לכּבֿוד תּישעה־באָבֿ תּרצ״ט שווער צו באַקומען אַ שפּאָגל נײַעם באַגריף פֿונעם קומענדיקן חורבן. מע דאַרף זיך נאָך ווײַטער גריבלען אין די פֿריִערדיקע יאָרן און אין די ווײַטערדיקע וואָכן וואָס זײַנען געבליבן ביז דעם ערשטן סעפּטעמבער; פֿאַרשטייט זיך, מע טאָר זיך אויך נישט ספּראַווען מיט צײַטונגען; מע מוז זיך אויך אַרײַנטיפֿן אין ביכער, זכרונות, טאָגביכער און בריוו.

דערבײַ וויל איך טאַקע בעטן בײַ די לייענערס: אויב עמעצער האָט אַזעלכע פּערזענלעכע משפּחה־מאַטעריאַלן פֿון פֿאַר דער מלחמה, וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט דעם קומענדיקן חורבן, זאָל ער אַזוי גוט זײַן און שרײַבן מיר, בעני מער, דערפֿון, אויפֿן אַדרעס [email protected].

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.