ייִדיש שפּילט אַ הויפּטראָלע אין סעט ראָגענס „אַן אַמעריקאַנער זויערע אוגערקע“ Yiddish gets its star turn in Seth Rogen’s ‘‘An American Pickle’’
כאָטש געוויסע ייִדישיסטן האָבן זיך געזאָרגט ווי ס׳וועט קלינגען דער ייִדישער דיאַלאָג, איז דער רעזולטאַט דווקא אַ גוטער.
ווען מע האָט אַרויסגעלאָזט דעם טריילער פֿון דער נײַער קאָמעדיע „אַן אַמעריקאַנער זויערע אוגערקע“ מיטן קאָמיקער סעט ראָגען בראָש, האָבן געוויסע ייִדישיסטן אויסגעדריקט ספֿקות וועגן דעם פֿילם.
אין דער קאָמעדיע שפּילט ראָגען די ראָלע פֿון הערשל גרינבוים, אַ ייִדיש־רעדנדיקן אימיגראַנט, וועמען די אייגנטימער פֿון אַ זויערער אוגערקע־פֿאַבריק אין ברוקלין באַצאָלן נאָכצויאָגן און דערהרגענען ראַצן. איין מאָל, אין מיטן דער אַרבעט, טרעפֿט אַן אומגליק און ער פֿאַלט אַרײַן אין אַ ריזיקן ביט אוגערקעס. אַ דאַנק דעם וואָס ער ווערט אײַנגעזײַערט אין איינעם מיט די אוגערקעס, בלײַבט ער על־פּי־נס בײַם לעבן הונדערט יאָר לאַנג. נאָכן אויפֿוועקן זיך אין אַ וועלט, וווּ ער קען קיינעם ניט, טרעפֿט ער זיך מיט זײַן אור־אייניקל בען (אויך געשפּילט דורך ראָגענען), וואָס ווערט בײַ אים באַלד אַ דם־שׂונא.
אַפֿילו נאָך דעם ווי געוויסע ייִדישיסטן האָבן געהערט אַז די ייִדישע רעפּליקן אינעם טריילער קלינגען מער־ווייניקער נאַטירלעך, האָבן זיי זיך פֿאָרט געזאָרגט אַז ראָגען וועט, ווי אַ סך אַנדערע טאַלאַנטירטע צפֿון־אַמעריקאַנער ייִדישע קאָמיקער, חוזק מאַכן פֿון ייִדיש. צוליב ראָגענס באַקאַנטן קינדערישן חוש פֿאַר הומאָר און נטיה צו שילדערן אַבסורדישע קאַמפֿן, האָבן יענע ליבהאָבער פֿון ייִדיש זיך פּשוט ניט געריכט אַז ער קען מאַכן אַ האָליוווּד־פֿילם מיט אַ לײַטישן צוגאַנג צו ייִדיש.
איז אפֿשר דערפֿאַר ניט קיין חידוש, אַז ווען איך האָב אָנגעקלונגען די ייִדיש־קאָנסולטאַטן פֿונעם פֿילם — מאָטל דידנער, דעם געהילף־קינסטלערישן דירעקטאָר בײַ דער פֿאָלקסבינע, און אלי ראָזען, וואָס האָט קאָנטראָלירט דאָס ייִדיש־לשון אין דער „נעטפֿליקס“־סעריע „אומאָרטאָדאָקסיש“ — האָבן זיי ביידע געזאָגט, נאָך איידער איך האָב געשטעלט די פֿראַגע, אַז דער פֿילם מאַכט ניט ייִדיש צו שפּאָט.
„ס׳איז, אַוודאי, אַ קאָמישער פֿילם, אָבער ס׳איז אויך אַן ערנסטער האָליוווּד־פֿילם, און מע האָט באַהאַנדלט דעם ייִדיש ווי עס באַדאַרף צו זײַן“, האָט ראָזען געזאָגט. „מע האָט זיך באַמיט, אַז עס זאָל זײַן ריכטיק, ניט עפּעס אַוועקצומאַכן מיט דער האַנט.“
„מע הערט שפּאַסן פֿון שטעטל־לעבן, און פֿון אַ פּאָגראָם אַפֿילו“, האָט דידנער געזאָגט, „אָבער די שפּראַך אַליין איז ניט דער שפּאַס.”
דידנער האָט באַקומען די אַרבעט ווי דער ייִדיש־קאָנסולטאַנט פֿאַרן פֿילם נאָך דעם וואָס ער האָט געהאָלפֿן עטלעכע אַקטריסעס וואָס האָבן געוואָלט שפּילן די ראָלע פֿון שׂרה גרינבוים, הערשלס פֿרוי, צו רעפּעטירן זייערע ייִדישע רעפּליקן. כאָטש מע האָט סוף־כּל־סוף אויסגעקליבן אַן אַנדערע אַקטריסע, שׂרה סנוק, האָבן די פּראָדוצענטן אַזוי אַרום זיך דערוווּסט וועגן דידנערן און אים געבראַכט קיין פּיטסבורג, וווּ מע האָט פֿילמירט די סצענע וואָס קומט פֿאָר אין דער אַלטער היים.
כאָטש שׂרה סנוק האָט שוין פֿריִער געאַרבעט מיט דידנערן און האָט, פֿאַרן קומען קיין פּיטסבורג, שוין געקענט אַלע אירע רעפּליקן פֿון אויסנווייניק, האָט ראָגען ערשט אָנגעהויבן זיך לערנען זײַנע רעפּליקן מיט דידנערן האַרט פֿאַרן פֿילמירן. ראָגען האָט געטראָגן אַ הער־אַפּאַראַט בשעת דידנער האָט אויסגעבעסערט דעם קאָמיקערס אַרויסרייד, ראָגען זאָל אים קענען הערן פֿון דער ווײַטנס.
„ער רעדט אַ ביסל העברעיִש, איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ ייִדישער סבֿיבֿה און זײַן טאַטע האָט געאַרבעט פֿאַרן ׳אַרבעטער־רינג׳“, האָט דידנער געזאָגט. „ווי עס זעט מיר אויס, האָט ער דערוואַרט, אַז עס וועט אים זײַן נאַטירלעך. ס׳איז אים אָבער געווען אַ ביסל פֿרעמדער ווי ער האָט געמיינט. אָבער ער האָט געהאַט אַ גוטן חוש צו דעם.“
ראָגען האָט געזאָגט דאָס זעלבע אין אַן אינטערוויו מיט דער צײַטונג USA Today, איבערגעבנדיק אַז „ייִדיש איז זייער אַ שווערע שפּראַך זיך צו לערנען און ס׳איז שווער צו שפּילן אויף איר“.
נאָכן אַרבעטן אויפֿן פֿילם במשך פֿון אַ סוף־וואָך, האָט דידנער זיך דערוווּסט, אַז ער וועט ניט קענען בײַזײַן אויף דער צווייטער פֿילמיר־סעסיע, ווײַל ער וועט אין יענע טעג זײַן פֿאַרנומען מיט פֿאָלקסבינע־אַחריותן. האָט ער רעקאָמענדירט אלי ראָזענען, וואָס האָט אַחוצן קאָנטראָלירן דעם ייִדישן דיאַלאָג, געלערנט די אַקטיאָרן ווי אַזוי צו זאָגן קדיש מיט דער געהעריקער אַשכּנזישער הבֿרה. להיפּוך צו געוויסע אַנדערע באַרימטע אַקטיאָרן מיט וועמען ער האָט געאַרבעט, איז ראָגען געווען זייער פֿרײַנדלעך. „ער איז זייער גוטהאַרציק, תּמיד מיט אַ שמייכל אויפֿן פּנים. ער נעמט די אַרבעט זייער ערנסט, אָבער ער נעמט זיך אַליין ניט אַזוי ערנסט. ס׳איז געווען אַ פֿאַרגעניגן מיטצואַרבעטן מיט אים,“ האָט ראָזען געזאָגט.
דאָס הייסט אָבער ניט, אַז זיי זענען געווען מסכּים וועגן אַלצדינג. „איך האָב אים אויסגעבעסערט אַ געוויסן אַרויסרייד, האָט ער געזאָגט: ׳ניין, איך האָב אַ רוסישן אַקצענט, אַזוי רעד איך דאָס אַרויס.׳“
און ראָגענס העלד, הערשל גרינבוים, רעדט טאַקע ענגליש מיט אַ טיפֿן רוסישן אַקצענט. דער באַשלוס אַז גרינבוים זאָל קלינגען ווי אַ רוס און ניט קיין ייִדישער אימיגראַנט פֿונעם תּחום־המושבֿ, איז ניט געווען קיין צופֿעליקער. ראָגען האָט נאָענט מיטגעאַרבעט מיט דער באַרימטער דיאַלעקט־טרענירערין דזשעסיקע דרייק, כּדי זיך אויסצולערנען רעדן מיט אַ רוסישן אַקצענט. כאָטש ניט היסטאָריש אויסגעהאַלטן, איז אפֿשר טאַקע בעסער אַזוי. אַ סך פֿון די וויצן אינעם פֿילם קומען פֿון די פּאָליטיש אומקאָרעקטע דעקלאַראַציעס וואָס הערשל מאַכט אין זײַן רוסישן אַקצענט. ווען ראָגען וואָלט אַרויסגערעדט אַזעלכע רעפּליקן מיט אַ ייִדישן אַקצענט, וואָלט ער מאַמע־לשון געבראַכט צו שאַנד און צו שפּאָט.
כאָטש פֿונעם טריילער אַליין וואָלט מען געמיינט אַז אַ סך פֿונעם דיאַלאָג איז אויף ייִדיש, איז בלויז איין קורצע סצענע אויף מאַמע־לשון. עס קען אויסזען מאָדנע, אַז די פּראָדוצענטן האָבן אויסגעגעבן געלט אָנצושטעלן ייִדיש־קאָנסולטאַנטן פֿאַר בלויז איין סצענע. דידנער און ראָזען האָבן ביידע דערקלערט, אַז מיט יאָרן צוריק האָט מען אין אַזאַ פֿאַל פֿילמירט די סצענעס אין דער אַלטער היים אויף ענגליש מיט אַ נעבעכדיקן פּרוּוו נאָכצומאַכן אַ ייִדישן אַקצענט. אָבער נאָך דעם ווי באָנג דזשאָן האָס קאָרעיִש־שפּראַכיקער פֿילם „פּאַראַזיט“ האָט הײַיאָר געוווּנען דעם „אָסקאַר“ פֿאַרן בעסטן פֿילם פֿון יאָר, און איצט אַז מע זעט ווי ניט־ענגליש־שפּראַכיקע פּראָגראַמען נעמען שטאַרק אויס בײַם אַמעריקאַנער עולם אויף „נעטפֿליקס“, איז קלאָר אַז דער עולם זוכט הײַנט פֿילמען מיט אַ מער אויטענטישן טעם.
„מע וויל, אַז דער ניט־ענגלישער דיאַלאָג זאָל טאַקע קלינגען ריכטיק“, האָט ראָזען געזאָגט. „משיחס צײַטן! ס׳איז גוט פֿאַר קונסט, און ס׳איז וווּנדערלעך פֿאַר ייִדיש.“
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO