Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

פֿון אונדזער אַרכיוו: „יונגע ליבע‟ (אַ דערציילונג)

קאַרפּילאָווס דערציילונג, פּובליקירט אינעם פֿאָרווערטס אין 1934, שילדערט דעם דורות־ריס צווישן יונגע אַמעריקאַנער און זייער זיידן

מרים קאַרפּילאָוו איז געווען איינע פֿון די פּאָפּולערסטע שרײַבערינס אין דער אַמעריקאַנער ייִדישער פּרעסע. במשך פֿון פֿופֿציק יאָר האָט זי ניט בלויז געאַרבעט ווי אַ זשורנאַליסטקע, נאָר אויך מחבר געווען צענדליקער ראָמאַנען און פּיעסעס און הונדערטער עסייען און דערציילונגען, וואָס זענען געדרוקט געוואָרן אויף די שפּאַלטן פֿון אַ צאָל אַמעריקאַנער ייִדישע צײַטונגען.

אירע דערציילונגען האָבן באַשריבן די באַציִונגען צווישן מענער און פֿרויען אין דער אַמעריקאַנער ייִדישער געזעלשאַפֿט, ווי אויך דעם דורות־ריס בײַ אַמעריקאַנער ייִדישע משפּחות. כאָטש זי האָט זיך באַזעצט אין אַמעריקע אין 1905, איז איר געבליבן זייער וויכטיק דער מצבֿ פֿון די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדישע מיידלעך און די שולן, וואָס מע האָט פֿאַר זיי געשאַפֿן צווישן די צוויי וועלט־מלחמות, און זי האָט געווידמעט אַ סך אַרטיקלען און עסייען אָט דער טעמע. אין דער זעלביקער צײַט האָט זי, אַ יונגע אימיגראַנטקע אין אַמעריקע (געקומען קיין ניו־יאָרק איז זי צו 17 יאָר אין 1905), אויך פֿאַרשטאַנען איר אייגענעם דור אימיגראַנטן, וואָס ס׳רובֿ פֿון זיי האָבן געוואָלט וואָס גיכער זיך אַסימילירן.

אָט די שפּאַנונג צווישן דורות זעט זיך בולט אָן אין איר רירנדיקער דערציילונג ”יונגע ליבע“, וואָס שילדערט אַ ייִדישע משפּחה וואָס “פֿאַרגעסט” אינעם זיידן, און באַזוכט אים בלויז דעמאָלט, ווען זיי מיינען, אַז ער האַלט בײַם גוססן. די דערציילונג, וואָס באַשרײַבט אויך דעם ריס צווישן די פֿאַרם־ייִדן און די שטאָט־ייִדן, דינט ווי אַ קלאָרער מעטאַפֿאָר פֿאַרן אופֿן, ווי אַזוי אַ סך אַמעריקאַנער ייִדן האָבן פֿאַרגעסן אין זייערע מיזרח־אייראָפּעיִשע וואָרצלען. דאָס אייניקל, דאָס איינציקע וואָס וויל האַלטן אַן אויג אויפֿן זיידן, ווײַזט אַן אַנדער דרך וואָס קאַפּרילאָוו האָט, אַ פּנים, געוואָלט זאָל דינען די לייענער ווי אַ משל. די דערציילונג איז דערשינען אויגוסט 1934 אינעם פֿאָרווערטס ־ ד. ק.

”יונגע ליבע“

פֿון מרים קאַרפּילאָוו

דער אַלטער פֿאַרמער, חיים הירש, האָט געהאַלטן בײַם שטאַרבן. שוין אַ היפּשע צײַט זינט דער אַלטער איז גרײט אַריבערצוגײן פֿון דער וועלט אויף יענער. זינט זײַן אַלטיטשקע איז אַהין אַוועק, קוקט ער אויף יעדן טאָג ווי אויף אַ געפֿונענעם שטיקל לעבן. ער ווייסט, אַז זי וואַרט דאָרט אויף אים און ער זאָגט איר צו אין געדאַנקען: ”באַלד, באַלד“… אָבער ער אײַלט זיך ניט. עס איז אים דאָ, אויף זײַן פֿאַרם, ניט שלעכט. ער האָט אַ סך קינדער: זין, טעכטער, שניר, אײדעמס און אײניקלעך. ער האָט שוין אור-אײניקלעך. זײ רופֿן אים ”גרענדפּאַ“ (זיידע) און רעדן צו אים אַ צעמזיקטן ייִדיש. זײ זאָגן אים ”דו“. זײ קלעפּן זיך צו אים. ווי נאָר ער טוט אַ הוסט, אַ קרעכץ, איז — ”גרענדפּאַ, ווי דו פֿילסט? סיק? וועסט זײַן אָלרײַט. יו בעט!“ (ווי פֿילסטו זיך? קראַנק? אַלץ וועט זײַן אין אָרדענונג. אויף זיכער).

די צרה איז נאָר, וואָס זײַט די מערסטע פֿון זײַנע קינדער האָבן זיך באַזעצט אין שטאָט, זעט ער זײ ניט. אַז עמעצער פֿון זײ קומט אַמאָל אויפֿן פֿאַרם, איז דאָס אַזוי זיך, פֿאַרבײַפֿאָרנדיק. און ניט אַלע קומען מיט די אײניקלעך. ער הייבט שוין אָן צו פֿאַרגעסן ווי זײ זעען אויס. און זײערע נעמען געדענקט ער אויך ניט. אַלץ איבערגעלײגטע נעמען פֿון ייִדיש אויף ענגליש. מאָדנע נעמען אַזעלכע, אָפּגעהאַקטע: סטען, דיק, פֿיל, טעס, וויקי, ען! ניטאָ, קענטיק, קײן צײַט אָדער געדולד אַרויסצורעדן גאַנצע נעמען. אַפֿילו אים רופֿן די ייִנגסטע ”גרענדפּאַ הערי“. דאָס איז כּדי ניט צו מישן אים מיט דעם אַנדערן ”גרענדפּאַ“.

„ווי דו פֿילסט, גרענדפּאַ הערי?‟

„ווי דו פֿילסט, גרענדפּאַ הערי?‟

ער זאָגט זײ ווי ער פֿילט:

”שוואַך, קינדערלעך, שוואַך. עס גײען אויס די לעצטע כּוחות. נאָך אַ ביסל און מען וועט דאַרפֿן זאָגן ”גוד-בײַ. יעס, גוד בײַ.“ זײ פֿאַרשטײען וואָס ער מײנט און נעמען דאָס אָן ווי אַ פֿאַקט, וואָס מוז קומען אין לעבן, ווען מען איז שוין אַלט. זײ מאַכן זיך דאָס נאָר אַ ביסל ניט פאַרשטייענדיק… זײ זײַנען גוט צו אים, גיבן אים האָפֿענונג אויף צו זײַן ”אַלרײַט“ (אין אָרדענונג), טאַפּן זײַנע ”מאָסעלס“ (מוסקלען) און באַוווּנדערן זײ:

”סאַמ מאָסלס! (אַזעלכע מוסקלען!)… דו ביסט נאָך שטאַרק, גרענדפּאַ הערי.“

עס ווערט אים פֿרײלעכער מיט די קינדער אַרום זיך; אים דוכט זיך אָפֿט, אַז ווען זײ וואָלטן אַלע מאָל נעבן אים זײַן, וואָלט ער נאָך געקענט לעבן און לעבן…

ער האָט אָנגעזאָגט זײַנע קינדער, אַז ווען זײ וועלן זען אַז ער ”האַלט שמאָל“, אַז ער וויל ”צומאַכן די אויגן“, זאָלן זײ זיך אַלע צונויפֿקומען. ער וויל ניט אַוועק פֿון דער וועלט אַזוי, ניט אָפּזעגענענדיק זיך מיט זײ; ער וויל פֿאַרן שטאַרבן גוט אָנקוקן, אַוועקנעמען מיט זיך אין קבֿר אַרײַן דעם אָנדענקען פֿון זײ…

די קינדער האָבן אים צוגעזאָגט זײַן וווּטנש צו דערפֿילן. זײ האָבן אים אַלץ צוגעזאָגט…

די קינדער וואָס זײַנען מיט אים געווען אין שטוב, אויפֿגעפּאַסט אויפֿן פֿאַרם, האָבן פֿון זײער זײַט צוגעזאָגט יענע, וועלכע האָבן געוווינט אין שטאָט, אַז מען וועט זײ אָנזאָגן אין צײַט, ווען עס וועט זײַן וואָס אָנצוזאָגן… ניט געבן זײ קײן ”פֿאַלשן אַלאַרם“ און אָפּרײַסן זײ פֿון די ביזנעס אומזיסט, פֿאַר גאָרנישט.


דערזען אַז דער אַלטער איז שוין באַלד מער אויף יענער וועלט ווי אויף דער וועלט, האָבן די קינדער אויפֿן פֿאַרם געלאָזט וויסן, אַז דער סוף קומט… דער אַלטער האָט כּסדר געקוקט צו דער טיר, צו זען אויב זײ, די קינדער פֿון שטאָט, קומען. ער האָט געזאָגט, אַז ער קען ניט שטאַרבן, וווּ ער וועט זײ ניט זען; ער וויל, אַז אַלע זאָלן, די לעצטע מינוטן פֿון זײַן לעבן זײַן נעבן אים, זאָגן ”גוד-בײַ.“

ער האָט זיך טאַקע געפֿילט שלעכט, דער אַלטער. ער האָט דער טאָכטער און שנור, וועלכע האָבן זיך געפֿונען בײַ זײַן קראַנקן-בעט, געזאָגט, אַז ער וועט שוין מער פֿון זײַן געלעגער ניט אויפֿשטײן; אַז דאָס איז דער סוף; נאָך אַ ביסל און… שנור און טאָכטער האָבן זיך מיט באַדײַטונג איבערגעקוקט און שווער אָפּגעזיפֿצט.

די פֿאַרמערשע אײניקלעך זײַנען אַלע ווײַלע פֿון שטוב אין דרויסן אַרויסגעלאָפֿן און מיט אויסגעצויגענע העלדזער צום ווײַטן וועג געקוקט. זײ האָבן געוואָלט זײַן די אָנזאָגער פֿון זײער קומען. זײ האָבן געפֿילט די וויכטיקייט פֿון דעם מאָמענט. דער ”גרענדפּאַ“, ”די אָלד מען“ (דער אַלטער), שטאַרבט אַוועק. אַלע קומען צו זאָגן ”גוד-בײַ“ צו אים. עס וועט זײַן אַ ”פֿיונעראַל“ (לוויה), מען וועט ווײנען…

”אָ-אָ-אָ, זײַ פֿאָרן! זײ קומען!“ האָבן די פֿאַרמערשע קינדער טומלדיק אָנגעזאָגט אין הויז. ”זײ זײַנען דאָ!“

”אַלע?“ האָט דער אַלטער מיט אַ שוואַך קול געפֿרעגט. און דער ענטפֿער איז געווען: ”אַלע, אַלע!“

די געקומענע זײַנען אַרײַן אין פֿאַרם-שטוב מיט אַ פֿאַרטיקן אויסדרוק פֿון טרויער, ווי עס פּאַסט זיך פֿאַר קינדער, וועמענס טאַטע און זײדע און עלטער-זײדע שטאַרבט אַוועק…

דערהערנדיק, אַז די קינדער זײַנען טאַקע געקומען, האָבן דעם אַלטנס כּמעט אויסגעלאָשענע אויגן אויפֿגעשײַנט. ער האָט ווי פֿאַרגעסן פֿאַר וואָס זײ זײַנען געקומען, אַבי זײ זײַנען געווען דאָ, נעבן אים, אַרום אים. זײ בייגן זיך צו צו אים, פֿרעגן: ”טאַטע, ווי איז דיר?“ און עס איז דערפֿון גוט. עס וואַרעמט זיך זײַן אַלטע האַרץ פֿון דער אויפֿמערקזאַמקײַט, וואָס זײ ווײַזן אים אַרויס. ניט אומזיסט אָפּגעלעבט אַ לעבן; פֿאַראַן ווער עס זאָל אים דערמאָנען, באַווײנען און אפֿשר, ווער ווייסט, אָפּהיטן ריכטיק דאָס קדיש זאָגן….

פֿון זײער שטײן איבער אים איז חיים הערשן געוואָרן ניט בלויז וואַרעם, נאָר הײס. ער האָט גענומען מאַכן מיט דער האַנט: וואָס שטײט מען אַזוי? פֿאַרוואָס זעצן זײ זיך ניט? זײַנען זײ מיד פֿון וועג? זײ מוזן זײַן הונגעריק. די פֿרישע לופֿט מאַכט אַפּעטיט צום עסן. אים דאַכט זיך, אַז ער וואָלט אויך עפּעס וואָס אין מויל געקענט נעמען. זאָל מען אים העלפֿן זיך אַ ביסל אויפֿזעצן, ער זאָל זײ בעסער קענען זען. וווּ איז די יונגוואַרג? ניט אַלע געקומען?… ביזי (פֿאַרנומען), האַ? מען קען זיך פֿון שטאָט ניט אָפּרײַסן? נו, אַז ניט, איז ניט… בין מוחל! זאָלן זײ דערלעבן מײַן עלטער.

די שטאָטישע זײַנען צו ביסלעך פֿון אַלטנס בעט אָפּגעטראָטן און זיך פֿאַרוווּנדערט איבערגעקוקט: דער אַלטער האָט אויסגעזען ”אָקיי“. צו וואָס האָט מען נאָך זײ געשיקט? די פֿאַרמערשע קינדער האָבן זיך דערפֿילט שולדיק…

זײ האָבן געגרײט צום טיש און גערופֿן די געסט גײן עסן.

דער פֿאַרמערשער אײדעם, דער פּראָסטאַק, האָט זיך געחכמהט:

”אַז מען לעבט, דאַרף מען עסן. מען קען די נשמה ניט אויסשפּײַען!“

און צום אַלטן:

”פֿאָלגט מיך, שווער, כאַפּט אַרײַן וויפֿל איר קענט! אַז מען עסט, לעבט מען. שטעלט אויס דעם מלאך-המות אַ פֿײַג! ווײַזט אים אַ צונג. זאָל ער גײן צו עלטערע פֿון אײַך… מיר׳ן נאָך מאַכן אַ לחײם, הע?“

פֿון אַזעלכע רייד, פֿון אַזאַ לשון האָט זיך בײַם אַלטן אַ שמײכל אויפֿן פּנים באַוויזן. עס איז אים איצט אָנגענעם געווען צו הערן דעם פּראָסטאַק רעדן.

ער האָט געהערט, ווי מען האָט רעשיק אין גרויסן שטוב אַרום טיש זיך צעזעצט און זיך צערעדט. ער האָט געהײסן ברײט עפֿענען די טיר פֿון זײַן צימער, כּדי זײ צו קענען זען. קוקנדיק אויף זײ, האָט אים פֿאַרקלעמט דאָס האַרץ. זײ רעדן אַלץ וועגן אַלערלײַ זאַכן, אָבער קײן וואָרט ניט וועגן אים… עפּעס ווי זײ וואָלטן גאָר פֿאַרגעסן, אַז זײ זײַנען צו אים געקומען, און אַז ער לעבט נאָך…

ווי אַ קראַנק באַליידיקט קינד האָט ער די אַלטע אויגן זײַנע צוגעמאַכט און זיך אַליין באַווײנט… ווען זײ נעמען אים כאָטש צום טיש, אַז ער זאָל קענען זײַן מיט זײ; ווען זײ בעטן אים אַז ער זאָל עפּעס וואָס ניט איז אין מויל נעמען, אָנשעפּן אַ ביסל נײַע כּוחות. מיט אַ מאָל איז פֿאַר זײַנע אויגן אַ ליכטיקער שײַן אויפֿגעגאַנגען; אַ יונגע, צאַרטע האַנט האָט זײַן מידן שטערן אָנגערירט און אַ וואַרעם קול האָט צו אים ווי צו אַ קליין קינד גערעדט.

דאָס איז געווען אַן אײניקל, אַ טאָכטערס טאָכטער, אַ שײן קינד מיט אַ האַרץ פֿון גאָלד. זי האָט אויפֿן אַלטן זײדן רחמנות געהאַט. ער האָט מיט זײַנע אַלטע פֿינגער איר ווייכע האַנט אָנגערירט און געמורמעלט אַ דאַנק. אַ גוטן מזל זאָל איר גאָט געבן. זאָל איר אַ גוטער מלאך באַהיטן און באַשיצן וווּ נאָר זי וועט זיך קערן און ווענדן.

די טראַגעדיע פֿון עלטער האָט דאָס יונגע מײדל גערירט ביז צו טרערן. אָרעמער זײדע, ווי עס קלאַמערן זיך זײַנע אַלטע פֿינגער אָן איר האַנט!

אָפּגעגעסן, איז אײנער פֿון די שטאָטישע זין צוגעקומען צום בעט און אויסגעדריקט אַ האָפֿענונג, אַז ער, דער טאַטע, וועט נאָך מיט גאָטס הילף געזונט ווערן, און אַז ס׳טוט אים און די אַנדערע לײַד וואָס זײ דאַרפֿן זיך אַזוי גיך צוריקקערן אין שטאָט… ביזנעס… צײַט איז געלט! מע קען זיך אויף פֿרעמדע הענט ניט פֿאַרלאָזן. זײ מוזן פֿאָרן.

”אַלע, אַלע מוזן שוין פֿאָרן?“ האָט דער אַלטער חײם הירש שיִער ניט געווײנט. ”קײנער קען ניט בלײַבן.“

”איך בלײַב דאָ, זײדע!“ האָט קעגן אַלעמענס דערוואַרטונג אויסגערופֿן דאָס אײניקל, וואָס האָט דעם אַלטנס טראַגעדיע מער ווי די אַנדערע באַנומען. ”איך וועל דאָ העלפֿן אויפֿפּאַסן אויף דיר, זאָלסט גיכער געזונט ווערן. איך גלײַך די קאָונטרי (עס געפֿעלט מיר אין פּראָווינץ). דאָ איז אַזוי שײן! וואָנדערפֿול! (וווּנדערלעך). איך בלײַב דאָ.“

זײ זײַנען אַוועקגעפֿאָרן צוריק אין שטאָט. אַ צײַט האָט דער אַלטער געשוויגן. זײַנע אויגן האָבן זיך געהאַלטן אין אײן צומאַכן. זײַן אײניקל האָט אויף אים געקוקט, געקוקט און איר האַרץ איז געווען פֿול מיט טרויעריקער פֿרײד איבער דעם וואָס זי איז נעבן זײדן פֿאַרבליבן. זי וועט אים פֿאַרגרינגערן די לעצטע טעג פֿון זײַן לעבן.

”דיר וועט דאָ זײַן אומעטיק,“ האָט איר די מאַמע פֿאַרן אַוועקפֿאָרן געזאָגט.

”ווי ווייניק איר אײגענע מאַמע קען זי!“ האָט דאָס מײדל געטראַכט. ”אומעטיק? אומעטיק, ווען זי קען אים, דעם אַלטן קינד, דינען; שענקען אים אַ ביסל פֿון איר צײַט; פֿאַרגלעטן אַביסל דאָס אומרעכט, וואָס זײ, זײַנע קינדער, באַגײען קעגן אים, דורך צונויפֿקומען זיך בלויז דאַן ווען זײ מײנען אַז ער שטאַרבט שוין…

דעם טויט צו-להכעיס האָט זי באַשלאָסן אויפֿצופּאַסן אויף אים, דעם שטאַרבנדיקן זײדן אירן, און פֿאַרלענגערן זײַן לעבן.

”זײדע, אַ ביסעלע וואַרעמע מילך? יעס? אָפּצונעצן די ליפּן. זײ זײַנען בײַ דיר פֿאַרשמאַכט.“

”מילך, זאָגסטו? מילך? גוט, מײַן קינד, זאָל זײַן מילך.“

זײַן האַנט האָט זיך געטרײסלט, ווען ער האָט זי אויסגעשטרעקט די גלאָז צו נעמען און זי האָט דעריבער די גלאָז מילך פֿון איר האַנט ניט אַרויסגעלאָזן: ”אַזוי אָ, זײדע, ביזן לעצטן טראָפּן.“

דאָס אײניקל האָט אים ניט געלאָזט טראַכטן זײַנע טרויעריקע געדאַנקען. זי האָט אים געהײסן, פּשוט געהײסן, שלאָפֿן, אָדער, אַז ניט שלאָפֿן, זאָל ער מיט איר רעדן. מאָרגן וועט ער זיך מיט איר זעצן אין דרויסן און וואַרעמען זיך אויף דער זון. זי איז, זאָל ער וויסן, ניט בלויז אַן אייניקל. זי איז זײַן דאָקטאָר! זי איז זײַן ניורס (קראַנקן־שוועסטער). זי וויל אים געזונט מאַכן, אַזוי, אַז ער זאָל לעבן ביז… ביז…

”ביז כ׳זאָל שטאַרבן?“

”יעס, אָבער ניט אַזוי גיך. האָסט נאָך צײַט צו שטאַרבן. דער טויט וועט ניט אַנטלויפֿן. ער וואַרט פֿאַר אונדז אַלעמען. דאַרפֿסט לעבן, ביז הונדערט יאָר.“

”דאָס איז נאָך אַ פֿופֿצן יאָר.“

”יעס… איז דאָס צו פֿיל?“

”וואָלסטו, קינד, ווילן אַזוי לאַנג לעבן?“

”יעס, ווײַ נאַט (פֿאַר וואָס ניט)? ס׳איז אַלרײַט צו לעבן. צוליב דעם ווערן מיר דאָך געבוירן. ניט אמת, זײדע?“

”יע, יע“ האָט דער אַלטער געענטפֿערט. ”אַזוי גײט עס. מע ווערט געבוירן כּדי צו לעבן, און אַז מען געוווינט זיך שוין צו צום לעבן, דאַרף מען שטאַרבן, מײַן קינד.“

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.