Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

נײַ בוך פֿון וועלוול טשערנינס ייִדישער פּאָעזיע אויף רוסישNew book of Yiddish poet Velvel Chernin’s work in Russian

כאָטש דער מחבר האָט שטאַרק ליב זײַן היים, ארץ־ישׂראל, חלומט ער וועגן דעם אַמאָליקן „ייִדישלאַנד‟, ביראָבידזשאַן.

נישט לאַנג צוריק האָט דער פֿאַרלאַג „ביראָבידזשאַן‟ אַרויסגעגעבן אויף רוסיש אַ זאַמלונג לידער פֿונעם באַקאַנטן ייִדישן פּאָעט און קולטור־טוער וועלוול טשערנין. ס׳רובֿ ווערק אין דער זאַמלונג האָט טשערנין לכתּחילה געשריבן אויף ייִדיש; אַ טייל האָט ער געשריבן אויף רוסיש און אוקראַיִניש.

אַן איראָנישער צופֿאַל איז געשען מיטן טיטל פֿונעם בוך: „אַ מאַסקע אויף אַ מאַסקע‟. ווען די לידער־זאַמלונג האָט זיך געגרייט צום דרוק, האָבן מאַסקעס פּלוצעם באַקומען מגפֿה־אַסאָציאַציעס.

אומגעריכטע פֿאַרבינדונגען צווישן פֿאַרשיידענע צײַטן, לענדער און שפּראַכן, גשמיות און רוחניות, שפּילן טאַקע אַ וויכטיקע ראָלע אין טשערנינס פּאָעזיע. דער מחבר איז געבוירן געוואָרן אין מאָסקווע אין 1958. אין אַ שמועס מיטן „פֿאָרווערטס‟ האָט ער דערציילט, אַז סתּם גראַמען האָט ער אָנגעהויבן פֿון קינדווײַז אָן; די ערשטע ערנסטע לידער אויף רוסיש האָט ער אָנגעשריבן אין די מיטלשול־יאָרן; צו 19־20 יאָר האָט ער אָנגעהויבן שרײַבן פּאָעזיע אויף ייִדיש. דעמאָלט איז ער געווען צווישן די ייִנגסטע סאָוועטישע ייִדישע פּאָעטן. זײַנע ערשטע ייִדישע ווערק זענען פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין 1983 אינעם זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד‟.

דער פּאָעט האָט דערציילט, אַז ער האָט אויך איבערגעזעצט אויף ייִדיש לידער פֿון אַנדערע פּאָעטן אויף אַ ריי שפּראַכן: רוסיש, אוקראַיִניש, ווײַסרוסיש, דײַטש, העברעיִש, עספּעראַנטאָ, ענגליש און שפּאַניש. זײַנע באַליבטסטע ייִדישע פּאָעטן זענען אָשר שוואַרצמאַן, לייב נײַדוס און משה־לייב האַלפּערן, און אויף אַנדערע שפּראַכן — חיים נחמן ביאַליק, יהודה עמיחי, פּאָל סעלאַן און דער קובאַנער נאַציאָנאַלער פּאָעט ניקאָלאַס גיליען, באַקאַנט פֿאַר זײַן אייגנאַרטיקן סינטעז פֿון אייראָפּעיִשער און אַפֿריקאַנער קולטור. פֿאַרשיידענע, צומאָל פּאַראַדאָקסאַלע, פֿאַרבינדונגען צווישן כּלערליי קולטורן פֿאַרנעמען אַ וויכטיק אָרט אין טשערנינס פּאָעזיע. למשל, אין דער נײַער זאַמלונג איז אַרײַן זײַן טשיקאַווע ליד אויף אוקראַיִניש, וווּ דער חסידישער פּאַנעיִסטישער מאָטיוו „גאָט איז אַלץ און אַלץ איז גאָט‟ ווערט צונויפֿגעפֿלאָכטן מיט דער קריסטלעכער אמונה, אַז „גאָט איז ליבשאַפֿט‟, הגם די־אָ טעמע איז אויך אַנטוויקלט אין חסידות.

אַ גאַנצע ריי פֿון זײַנע אייגענע לידער האָט דער מחבר איבערגעזעצט אויף רוסיש — און עס האָט זיך טאַקע באַקומען באַטעמט; ווײַט נישט יעדער פּאָעט איז מסוגל איבערצוזעצן זײַנע אייגענע ווערק. אַנדערע לידער האָבן איבערגעזעצט וואַלערי סלוצקי, איגאָר ביאַלסקי, סערגיי מנאַצאַקאַניאַן, ישׂראל נעקראַסאָוו, וואַלערי דימשיץ און אַלעקסאַנדרייאַ גלעבאָווסקאַיאַ. דאָס בוך איז באַגלייט מיט פּרעכטיקע אילוסטראַציעס פֿונעם באַקאַנטן רוסלענדיש־ישׂראלדיקן קינסטלער חיים סאָקאָל. מיטן פּראָיעקט האָט אָנגעפֿירט יענענאַ סאַראַשעווסקאַיאַ, די הויפּט־רעדאַקטאָרין פֿון דער צײַטונג „ביראָבידזשאַנער שטערן‟. דאָס בוך איז אַרויס מיט דער הילף פֿון דער אָרגאַניזאַציע „די ירושה פֿון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט‟ מיט וואַלערי גורעוויטש בראָש.

די זאַמלונג נעמט אַרום אַ לאַנגן שעפֿערישן פּעריאָד: פֿון 1982 ביז הײַנט. ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז כאָטש טשערנין האָט שטאַרק ליב ארץ־ישׂראל, וווּ ער וווינט שוין אַ סך יאָר, חלומט ער כּסדר פֿון ביראָבידזשאַן. אין 1984 האָט ער אָנגעשריבן אַ ליד, וואָס הייבט זיך אָן מיט רבי יהודה הלויס באַקאַנטע ווערטער: „לבי במזרח ואנוכי בסוף מערבֿ‟, מײַן האַרץ איז אויפֿן מזרח און איך בין אינעם סאַמע עק מערבֿ. יהודה הלוי האָט, אַוודאי, געמיינט ארץ־ישׂראל, אָבער פֿאַר טשערנינען איז דער „מיזרח‟ ביראָבידזשאַן. דאָס בוך שליסט זיך אויך מיט אַ ביראָבידזשאַנער מאָטיוו: אינעם יאָר 2019, אויפֿן וועג פֿון מאָסקווע קיין תּל־אָבֿיבֿ, האָט ער געשריבן: „שטענדיק, וווּ כ׳זאָל ניט גיין, גיי איך אין ארץ־ישׂראל… נאָר עפּעס פֿון מיר פֿאַרבלײַבט ווײַט אין ביראָבידזשאַן‟. דאָרט, אויפֿן ווײַטן מיזרח, שײַנט „אַ ניצוץ אַ פֿונק‟ – „פֿינקלעך פֿון שיינע אוטאָפּיעס‟, לויט גלעבאָווסקאַיאַס רוסישער ווערסיע.

די זאַמלונג איז טאַקע „אַ פֿונק‟ פֿון געראָטענער אינטערנאַציאָנאַלער שעפֿערישער קאָאָפּעראַציע צווישן דרײַ לענדער. די הקדמה — אַ באַלערנדיקן קריטישן עסיי — האָט אָנגעשריבן דער יודאַיִסטיק־פּראָפֿעסאָר פֿון מישיגען־אוניווערסיטעט און פֿאָרשער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, מיכאַיִל קרוטיקאָוו.

אָנהייבנדיק פֿון 1997, האָט טשערנין אַרויסגעגעבן אַ גאַנצע ריי ביכער־זאַמלונגען אויף ייִדיש. מיט 4 יאָר צוריק איז אין לעמבערג דערשינען זײַן זאַמלונג פֿון פֿרײַע פֿערזן אויף אוקראַיִניש. דער לידער־אויסקלײַב אינעם נײַעם בוך איז אַ רעלאַטיוו־קליינער, אָבער אַ רעפּרעזענטאַטיווער — אַ וויכטיקער שטאַפּל אינעם פּראָצעס פֿונעם באַקענען דעם רוסישן לייענער מיט די אוצרות פֿון דער אַמאָליקער און הײַנטיקער ייִדישער ליטעראַטור.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.