Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אַ נײַער דעטעקטיוו־ראָמאַן וועגן ייִדן אין כינע מיט 100 יאָר צוריקA new Yiddish detective novel set in China 100 years ago

בער קאָטלערמאַנס בוך איז באַזירט אויף אַן אמתער געשיכטע וועגן דער פֿרוי פֿון אַ געשעפֿטסמאַן וואָס איז נעלם געוואָרן.

מיט אַ יאָר צוריק איז אויף דער וועבזײַט פֿון דער אינטערנעץ־אויסגאַבע „ייִדיש־בראַנזשע‟ פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אַ סעריע מעשׂהלעך פֿון ד״ר בערל קאָטלערמאַן וועגן אַ ייִד אַבֿרהם ראַבינאָוויטש וואָס איז מיסטעריעז נעלם געוואָרן, און אַ רבֿ, וואָס פּרוּווט צו ראַטעווען יענעם ייִדס פֿרוי פֿונעם ווערן אַן עגונה. מיטן המשך און שלוס פֿון די מעשׂהלעך קאָנען די לייענער זיך באַקענען אין קאָטלערמאַנס נײַ בוך „די אָפּגעשטויסענע‟. נישט לאַנג צוריק האָב איך באַקומען אַן עקזעמפּלאַר און אים מיט פֿאַרגעניגן איבערגעלייענט.

book jacket

בער קאָטלערמאַנס נײַער ראָמאַן וועגן אַן עגונה אין כינע מיט 100 יאָר צוריק

קאָטלערמאַן, אַ געבוירענער אין ביראָבידזשאַן, איז אַ באַקאַנטער ייִדיש־פּראָפֿעסאָר בײַם בר־אילן־אוניווערסיטעט. דער סיפּור־המעשׂה אינעם בוך קומט פֿאָר מיט 100 יאָר צוריק אין כינע און מאָנגאָליע — דער עיקר, אין צוויי שטעט: כאַרבין און מאַנטשוריע. כאַרבין, הײַנט אַ ריזיקע כינעזישע שטאָט מיט צען מיליאָן תּושבֿים, איז אויפֿגעקומען ווי אַ גרויסער רוסישער ייִשובֿ, געגרינדעט אין 1898 ווי אַ סטאַנציע פֿון דער ווײַט־מיזרחדיקער באַנליניע צווישן רוסלאַנד אין כינע. מאַנטשוריע, אַן אַנדער נישקשהדיקע שטאָט מיט אַ פֿערטל מיליאָן אײַנוווינער, איז אויך פֿאַרבונדן מיט דער געשיכטע פֿון דער רוסיש־כינעזישער אײַזנבאַן. צוזאַמען מיט די רוסן, האָבן אין ביידע שטעט אַמאָל געוווינט אַ סך ייִדן.

דער הויפּטהעלד פֿונעם בוך, דער אוקראַיִנישער ייִד אַבֿרהם ראַבינאָוויטש, פֿירט געשעפֿטן אין מאָנגאָליע, באַשליסט אַהין אַוועקצופֿאָרן אויף שטענדיק און ווערט נעלם בײַ מיסטעריעזע אומשטאַנדן. אין רוסלאַנד גייט אָן די בירגערקריג, און אין מאָנגאָליע דרייען זיך באַוואָפֿנטע „ווײַסע‟ באַנדעס און קאַזאַקישע מחנות. ווי באַקאַנט, זענען די שׂונאים פֿון דער באָלשעוויסטישער רעוואָלוציע אָפֿט געווען טויט־סכּנותדיקע פּאָגראָם־אַנטיסעמיטן. אין דער זעלבער צײַט, בעל־הבתּעווען דאָרטן ערטערווײַז די כינעזישע באַנדיטן און רויבער — די כונכוזן.

רבי דובֿ־יהודה דײַנאָ, דער שטאָט־רבֿ פֿון מאַנטשוריע, הערט אויס די פֿאַרפּלאָנטערטע עדותן, ווענדט זיך צו זײַן קאָלעגע, דעם כאַרבינער פּוסק הרבֿ אַהרן־משה קיסין, און פּסקנט, אַז דער מאַן מוז זײַן טויט און די פֿרוי מעג חתונה האָבן מיט אַ צווייטן.

כּדי זיך צו דערוויסן וואָס ס׳איז טאַקע געשען מיט ראַבינאָוויטשן איז טאַקע כּדאַי איבערצולייענען דאָס בוך. אינעם עפּילאָג, באַטראַכט הרבֿ קיסין ווידער די גאַנצע מעשׂה און פֿאַרשרײַבט זי אין זײַן ספֿר „משברי ים‟.

ווען דאָס בוך איז אַרויס אין דעצעמבער 2019, האָט דער מחבר עס אַנאָנסירט אויפֿן „פֿייסבוק‟ ווי אַ שפּאַנענדיקער ראָמאַן, אַ „טרילער‟, ווי מע זאָגט אויף בלע״ז. אין דער אמתן, שטימט עס בשום־אופֿן נישט מיטן טרילער־זשאַנער. הגם עס ווערן דערמאָנט פֿאַרשיידענע מסוכּנע פּאַרשוינען און בלוטיקע געשעענישן, דערוויסט מען זיך ווייניק וועגן זיי. מכּוח די פּערזענלעכקייטן פֿון פּערסאָנאַזשן, זייער אויסזען און ביאָגראַפֿיע, וועגן די לאַנדשאַפֿטן פֿון די סצענעס, ווערט אויך ווייניק דערציילט. דער גרעסטער חסרון איז, דאַכט זיך מיר, וואָס בײַם אָנהייב פֿון יעדן קאַפּיטל, שטייט אַ תּמצית וואָס דערקלערט וואָס ס׳וועט אין דעם קאַפּיטל געשען. הייסט עס, אַז איידער מע הייבט אָן לייענען, ווייסט מען שוין פֿון פֿריִער, וואָס ס׳וועט פּאַסירן אויף די קומענדיקע 5־7 זײַטלעך.

די מעלות פֿונעם בוך, מיין איך, איז די רײַכע שפּראַך און דער חידושדיקער געדאַנק אויסצונוצן אַ תּשובֿה פֿונעם כאַרבינער רבֿ אַהרן־משה קיסיליאָווס ספֿר „משברי ים‟ ווי דעם יסוד פֿונעם סוזשעט. רבנישע שאלות־ותּשובֿות קלינגען אָפֿט גאָר טרוקן, אַזוי ווי וועלטלעכע געריכט־דאָקומענטן. די מעשׂה וועגן ראַבינאָוויטשעס עגונה ווערט טאַקע פּרטימדיק באַהאַנדלט אין קיסיליאָווס הלכה־זאַמלונג. קאָטלערמאַן האָט געוויזן, אַז אַזאַ מין „טעכנישע‟ דאָקומענטאַציע קאָן מיט דערפֿאָלג דינען ווי אַ קוואַל פֿון שעפֿערישער אינספּיראַציע.

אינעם שמועס מיטן „פֿאָרווערטס‟ האָט דער מחבר געמאָלדן, אַז זײַן באַשלוס צו בײַטן דעם שם־משפּחה פֿונעם באַקאַנטן פּוסק אויף קיסין האָט נישט קיין שײַכות צום באַרימטן פּיאָניסט מיטן זעלבן נאָמען. קאָטלערמאַן האָט פּשוט געוואָלט דערמיט ווײַזן, אַז הגם אין זײַן ווערק ווערן אויסגענוצט רעאַלע היסטאָרישע געשעענישן, זענען זיי אויסגעמישט מיט פֿאַנטאַזיע און צומאָל פּאַראָדיע.

וואָס שייך דער שפּראַך, שטעלט דאָס בוך מיט זיך פֿאָר אַ זעלטענעם סינטעז פֿון סאָוועטישע און טיפֿע לשון־קודשדיקע און אַראַמישע אויסדרוקן, אַרײַנגערעכנט פֿאַרשיידענע מאמרי־חז״ל און ספּעציפֿישע רבנישע ראָשי־תּיבֿות, וואָס אַפֿילו אַ דורכשניטלעכער חסידישער לייענער וועט לאַוו־דווקא פֿאַרשטיין. פֿון דער צווייטער זײַט, וועט אַ מערבֿדיקער לייענער נישט פֿאַרשטיין, וואָס מיינט אַ קאָלדאָבינע צי אַ טושע. דער גאָר רײַכער רוסיש־סאָוועטיש־ישיבֿישער ווערטער־אוצר וועט זיכער באַרײַכערן דעם וואָקאַבולאַר פֿון די לייענער. סײַדן זיי שטאַמען פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד און זענען באַהאַוונט אין עכטן ישיבֿישן לעקסיקאָן, וועלן זיי אָבער מוזן זיך גריבלען אין אַ גוטן טוץ ווערטערביכער. פּערזענלעך, גלייב איך, אַז ס׳איז דווקא אַ מעלה; מענדעלע, פּרץ און אַנדערע ייִדישע קלאַסיקער האָבן זיך דאָך כּסדר באַנוצט אי מיט דער לשון־קודשדיקער מליצה, אי מיט דער שׂפֿת־המדינה.

דאָס בוך ווערט באַגלייט מיט אַ הסכּמה פֿונעם אויסטראַלישן אָב־בית־דין, הרבֿ יהורם אולמאַן. קאָטלערמאַן האָט איבערגעגעבן, אַז ער האָפֿט צוצוציִען דעם פֿרומען עולם און האָט שוין באַקומען פּאָזיטיווע אָפּרופֿן פֿון אַ צאָל אַמעריקאַנער חסידישע ייִדיש־רעדער. יעדער פּרק איז באַגלייט מיט חנעוודיקע כינעזישע צייכענונגען, אַרײַנגעשטעלט דורכן געוועזענעם „פֿאָרווערטס‟־דיזײַנער באָריס בודיאַנסקי. דער געוועזענער הויפּט־רעדאַקטאָר פֿון אונדזער צײַטונג, באָריס סאַנדלער, האָט אָפּרעדאַגירט דעם טעקסט. די קליין־פֿאָרמאַטיקע אויסגאַבע, 6 אויף 4 אינטשעס, זעט אויס גאַנץ באַטעמט.

דער עצם־צוגאַנג פֿונעם אויסמישן רוסלאַנד, כינע, רבנים און אַפֿילו די מאָנגאָלישע שאַמאַנען איז, אַוודאי, אַ דערפֿרישנדיקער. ייִדיש איז דאָך שוין לאַנג נישט קיין קליינשטעטלדיקע שפּראַך, נאָר אַן אַלוועלטיקע, וואָס האָט אַמאָל טאַקע געבליט — אַפֿילו אין מאַנטשוריע, כאַרבין און שאַנכײַ.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.

If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.

Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism. 

—  Rukhl Schaechter, Yiddish Editor

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.