Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

פֿאַר וואָס די אויסשטעלונג וועגן וואַרשעווער קוואַרטאַל מוראַנאָוו איז אַזאַ געלונגענעWhy the exhibit on the Warsaw Jewish quarter, Muranow, is so good

איין עקספּאָנאַט — אַ פּשוטע שער פֿון יענע יאָרן — ווײַזט אונדז גענוי ווי ס׳האָט אויסגעזען אַ טיפּיש געצײַג בײַ ייִדן.

מיט אַ וואָך צוריק האָט מיר אַ פּוילישער חבֿר דערציילט וועגן אַ נײַער אויסשטעלונג אין „פּולין־מוזיי‟ א”נ „מוראַנאָוו איז דאָ‟. אין נאָרמאַלע צײַטן וואָלט אַזאַ אויסשטעלונג געווען אַ גוטער תּירוץ צו באַזוכן וואַרשע: מוראַנאָוו, דער אַמאָליקער ייִדישער קוואַרטאַל פֿון דער פּוילישער קרוינשטאָט, איז אין די לעצטע יאָרן מיר געוואָרן היימישער. דאָ רעד איך נישט נאָר וועגן די פֿאַרמלחמהדיקע גאַסן זאַמענהאָף, דזשעלנע, פּאַוויע, סמאָטשע אאַז”וו — נאָר אויך דער איצטיקער מוראַנאָוו. נאָך זיבעציק יאָר בין איך שוין צוגעוווינט צום „נײַעם” קוואַרטאַל, און מער זוך איך דאָרטן נישט בלויז די נעכטיקע טעג.

די טעג אָבער, צוליב דעם קאָראָנאַ־זומער, איז אויך די נײַע וואַרשע ווײַט פֿון מיר, און ס’איז למעשׂה נישטאָ קיין שום נפֿקא־מינא צווישן די ביידע וואַרשעס: די אַלט־ייִדישע און די נײַ־פּוילישע. ישׂראל און פּוילן האָבן זיך דערווײַטערט, און יעדע מדינה ליגט אַן אָפּגעזונדערטע פֿאַר זיך.

איז וואָס טוט מען? ווי ס׳איז שוין אָנגענומען די טעג גייט מען אַרויף אויף דער אינטערנעץ, אינעם וועבזײַטל פֿון „פּולין־מוזיי‟, מע גיט אַ קוק און מע באַשטעלט דאָס אויסשטעלונג־בוך „מוראַנאָוו איז דאָ‟ אָבער וואָס פֿאַר אַ מהלך איז צווישן אַן אויסשטעלונג און אַ בוך! אין די בילדער וואָס מײַן פּוילישער חבֿר האָט מיר געשיקט און די וואָס איך האָב געפֿונען אין אינסטאַגראַם האָב איך געזען פֿאַרשיידענע מיטלען פֿון אויפֿלעבן אַ היסטאָרישע טעמע: למשל, אַן אַלט טירגלעקל, וואָס ווען מע קוועטשט עס הערט מען זוסמאַן סעגאַלאָוויטשעס דערציילונג וועגן קראַשינסקי־פּאַרק, דעם „ייִדישן גאָרטן‟ אין מוראַנאָוו (אַגבֿ, אַ חידוש: די אונטערקעפּלעך זײַנען ניט בלויז אויף פּויליש און ענגליש, נאָר אויך אויף ייִדיש); אָדער עטלעכע שפּאַקטיוון, וואָס דורך זיי קאָן מען זען פּרטימלעך אין די אַלטע בילדער. און דערצו, טשיקאַווע עקספּאָנאַטן ווי, למשל, אַ פּושקע פֿון דעם דײַטשלאַנד־פּראָדוצירטן הויטקרעם „ניוועאַ‟ פֿון די דרײַסיקער יאָרן.

Cream

ניוועאַ הויטקרעם Image by Polin Museum

אַן אויסשטעלונג אין „פּולין־מוזיי‟ איז נישט לאַס וועגאַס: זיי שטעלן נישט קיין פּראָסטע קאָפּיעס, נאָר סובטילע רעפּרעזענטאַציעס, וואָס שאַפֿן די נייטיקע עסטעטישע ווײַטקייט. דערפֿאַר איז די אויסשטעלונג טאַקע אַ געלונגענע, און עס הערט זיך דאָרטן אַ ריח פֿון מוראַנאָוו.

אַן אויסשטעלונג און אַ בוך זײַנען טאַקע צוויי באַזונדערע מעדיומס; מע קאָן זאָגן אַז אַן אויסשטעלונג איז אַ מין פֿילם, וואָס דורך אים קאָן מען זען די שטימעס. די אָ מעלה געפֿינט מען נישט בײַ אַ בוך, וואָס איז בלויז ווערטער און פֿאָטאָס, אָבער די אויסשטעלונג „מוראַנאָוו איז דאָ‟ איז פֿאָרט מלא־וגדוש, אָנגעשטאָפּט מיט וויסן. אַנטקעגן אַ סך אויסשטעלונג־ביכער, וואָס דערמאָנען כּסדר די פֿילאָסאָפֿן וואַלטער בנימין, זשיל דעלעז און פֿעליקס גואַטרי האָט מען דאָ יאָ וועגן וואָס צו שרײַבן. אין בוך נעמען אָנטייל די בעסטע פֿאָרשערס פֿון דער וואַרשעווער געשיכטע, ווי די זשורנאַליסטקע בעאַטאַ כאָמאַנטאָווסקאַ, וואָס האָט געגרינדעט דעם פּראָיעקט „סטאַנציע מוראַנאָוו‟ כּדי צו פֿאַראייביקן דעם אָנדענק פֿון די אַמאָליקע ייִדן וואָס האָבן געוווינט אין דעם קוואַרטאַל, און יאַצעק לעאָטשאַק, וואָס האָט נישט לאַנג צוריק פּובליקריט דאָס בוך Biografie ulic, וועגן די ייִדישע גאַסן פֿון אַמאָליקער וואַרשע. דער סך־הכּל איז אַ בוך וואָס אַנטהאַלט כּמעט אַלץ וואָס מע דאַרף וויסן וועגן מוראַנאָוו, „דאָס האַרץ פֿון דער פֿאַרמלחמדיקער קרוינשטאָט פֿון דער ייִדישער וועלט‟ (ז׳ 118)

Muranow Book

Image by Polin Museum

דער לײַטמאָטיוו פֿון בוך איז דער מעטאַפֿער „פּאַלימפּסעסט‟: אַ פּאַרמעט, אָדער כּתבֿ־יד, וווּ די אַלטע אותיות זײַנען אָפּגעמעקט, און אויף זיי האָט מען אָנגעשריבן נײַע אותיות. אין בוך אַנטפּלעקן זיך טאַקע די פֿאַרשיידענע שיכטן פֿונעם קוואַרטאַל, די וואָס אַ הײַנטיקער באַזוכער וואָלט מסתּמא נישט באַמערקט. דער ערשטער שיכט איז דווקא נישט קיין ייִדישער, נאָר אַ רמז אויף דער נאַטור וואָס האָט דאָרט געהערשט ביזן 18טן יאָרהונדערט. צוויי טײַכלעך האָבן דאָ געפֿלאָסן פֿון ווײַסל — דרנאַ (Drna) און בעלטשאָנצאַ (Bełcząnca) – און דערצו אַ סך קאַנאַלן, סאַזשלקעס און זומפּן. דערפֿאַר האָט דער איטאַליענישער אַרכיטעקט בעלאָטי, וואָס האָט אָנגעהויבן בויען דעם קוואַרטאַל, גערופֿן אים „מוראַנאָוו‟, נאָך מוראַנאָ — דעם באַרימטן אינדזל לעבן ווענעציע. נאָך דעם ווי מע האָט זיי צוגעדעקט מיט הײַזער איז קיין שום זכר נישט געבליבן פֿון די פּאַסטאָראַלע פּייזאַזשן. נאָר די נעמען פֿון גאַסן זײַנען געבליבן אַן עדות: גענשע און פּאַוויע האָט מען גערופֿן נאָך די עופֿות (גאַנדז און פּאַווע); נאָוואָליפּיע און נאָוואָליפּקי — נאָך די ליפּע־ביימער, און די נאַלעווקעס, וואָס מען האָט ברוקירט איבערן בעלטשאָנצאַ טײַכל, האָט מען גערופֿן מיט זײַן צונאָמען.

ייִדן האָבן זיך באַזעצט אין מוראַנאָוו זינט מע האָט עס אָנגעהויבן בויען, און אין די ערשטע יאָרן פֿון 19טן יאָרהונדערט זײַנען שוין דאָרטן געווען שטיבלעך, אַ בית־עלמין (דער גענשער בית־עולם אויף דער אָקאָפּאָווער גאַס), מקוואָות, חדרים אאַז”וו. מיט דער צײַט, בפֿרט מיט דער שטאָט־אַנטוויקלונג איבער אייראָפּע, האָבן זיך אין מוראַנאָוו צונויפֿגעקליבן אַ סך ייִדן פֿון די פּוילישע שטעטלעך, און דערצו די „ליטוואַקעס‟, ייִדן פֿון רײַסן און ליטע וואָס האָבן אַזש געביטן דעם כאַראַקטער פֿון וואַרשע.

Athletic Meet

ווארשע, 1930 Image by Polin Museum

אין יאָר 1882, זײַנען 90% אײַנוווינערס אינעם קוואַרטאַל געווען ייִדן. וועגן דעם האָט מען אַ סך געשריבן אין דער ייִדישער ליטעראַטור, און מע לייענט וועגן דעם אויך בײַ „מוראַנאָוו איז דאָ‟. אַגניישקאַ זשאַלקיעווסקאַ שרײַבט וועגן דעם רעליגיעזן לעבן און קולטורעלע טעטיקייטן, ווי די פֿאַרשיידענע ייִדישע טעאַטערס. אין אַ געוויסער צײַט, שרײַבט זי, האָט „יעדעס צווייטע הויז געהאַט זײַן אייגענעם רעווויוּ־טעאַטער” (ז׳ 91). פֿון דער אַמאָליקער פּרעכטיקער נאַטור איז נישט געבליבן קיין סך. אין אַ פֿאָרווערטס־אַרטיקל פֿונעם 31סטן דעצעמבער 1975 האָט יצחק באַשעוויס־זינגער געשריבן: „אַן איינציקער בוים איז געוואַקסן אויף אונדזער גאַס”. אַזוי ענג איז דאָרט געווען, אַז קיין סך אָרט צו דער פֿאַונאַ און פֿלאָראַ איז נישט געבליבן.

אין דער אויסשטעלונג זעט מען עטלעכע חפֿצים פֿון יענער תקופֿה, און אין בוך קען מען לייענען אַ שמועס מיט דער אַרכעאָלאָגין מאַרטינאַ מילעווסקאַ וואָס האָט זיי אַנטפּלעקט; למשל, אַ שער, וואָס לאָזט אונדז וויסן גענוי ווי ס׳האָט אויסגעזען אַ טיפּיש געצײַג בײַ ייִדן. ס׳טוט אָבער וויי צו זען אַז דער קאַפּיטל פֿון דער ייִדישער געשיכטע, וואס איז אונדז ייִדישיסטן אַזוי נאָענט און לעבעדיק, געהערט שוין צו די אַרכעאָלאָגן.

Trolley Car

איינער פֿון די עקספּאָנאַטן אין דער אָנלײַן־אויסשטעלונג: אַ קינסטלערישער בליק אויפֿן אַמאָליקן קוואַרטאַל Image by Maciek Jazwiecki

אין 1940 האָבן די נאַציס אויפֿגעשטעלט אין מוראַנאָוו דעם געטאָ, און דאָס בוך שילדערט אויך יענע שרעקלעכע תּקופֿה. ווי באַוווּסט, זײַנען ס’רובֿ הײַזער צעשעדיקט געוואָרן צוזאַמען מיט דער ליקווידאַציע פֿון געטאָ, און אין סוף 1943 האָבן די דײַטשן אַזש ראַזירט דעם גאַנצן שטח, ביז ס׳איז כּמעט גאָרנישט געבליבן, אַ חוץ חורבֿות. פֿון די אַמאָליקע אײַנוווינערס זײַנען געבליבן נאָר האָלאָוועשקעס. כאָטש דאָס רובֿ וואַרשע איז חרובֿ געוואָרן אין קריג, האָט „קיין שום אַנדענער קוואַרטאַל נישט געהאַט אַזאַ מעטאַמאָרפֿאָז” (ז׳ 118). דער אַרכיטעקט באָגדאַן לאַכערט האָט געזאָלט אויפֿבויען מוראַנאָוו אויף דאָס נײַ, אָבער אין פֿאַרגלײַך מיט די היסטאָרישע קוואַרטאַלן פֿון וואַרשע, ווי די אַלטשטאָט און דער קעניגן־טראַקט וואָס מען האָט אָנגעהויבן רעמאָנטירן, האָט דער נײַער מוראַנאָוו געדאַרפֿט באַקומען אַ גאָר מאָדערן פּנים צוליב אַ פּשוטער סיבה: קיינער האָט נישט געבענקט נאָך די אַמאָליקע ענגע געסלעך.

לאַכערטס ראַדיקאַלער פּלאַן האָט געהאַט צווויי פּנימער: אַ „מאָדערנע גאָרטן־שטאָט”, מיט אַלע באַקוועמלעכקייטן פֿון אַ סאָציאַליסטישער געזעלשאַפֿט, אָבער גלײַכצײַטיק האָט ער נישט געוואָלט אויסמעקן פֿון זכּרון דעם בלוטיקן עבֿר. דערפֿאַר האָט ער געלאָזט דאָ און דאָרטן די חורבֿה־בערגלעך, ווי אַ „זכר לחורבן”, און זײַנע הײַזער זײַנען בכּיוון געבויט געוואָרן מיט רויטן ציגל. ס’רובֿ נײַע גאַסן האָט מען אויסברוקירט דאָרט וווּ עס זײַנען אַמאָל געווען די אַלטע, אָבער מיט עטלעכע וויכטיקע ענדערונגען. למשל, פֿון די באַרימטע נאַלעווקעס איז געבליבן נאָר די טראַם־רעלסן און די ברוקשטיינער, און די גאַס אַליין האָט מען גערופֿן „באָכאַטעראָוו געטאַ” (די געטאָ־העלדן). דעם נאָמען „נאַלעווקי” טראָגט אַ קליין געסל, נישט ווײַט פֿון „פּולין”־מוזיי. דאָרטן, אַרום נתן ראַפּאָפּאַרטס מאָנומענט לזכר די וואַרשעווער געטאָ־קעמפֿער, איז בכּיוון געבליבן אַ ליידיקער ברייטער פּלאַץ.

Memorial

נתן ראַפּאָפּאָרטס מאָנומענט לזכר די וואַרשעווער געטאָ־קעמפֿער, 1948 Image by PAP

זינט דעמאָלט הייבט זיך אָן די געשיכטע פֿון דער „נײַער” מוראַנאָוו, וואָס איז שוין אייגנטלעך מער ווי זיבעציק יאָר אַלט. פּאָליאַקן פֿון אַנדערע געגנטן פֿון וואַרשע האָבן זיך אַהינגעצויגן, און מיט דער צײַט האָט זיך אַנטוויקלט דאָרטן אַ באזונדערער כאַראַקטער: די אײַנוווינערס אינטערעסירן זיך בדרך־כּלל אין דער פֿאַרגאַנגנהייט, און נעמען אָנטייל אין פֿאַרשיידענע איניציאַטיוון לזכר די אַמאָליקע שכנים. אַ חוץ די אומצאָליקע דענקמעלער זײַנען דאָרט פֿאַראַן וואַנט־צייכענונגען אין אָנדענק פֿונעם גרינדער פֿון עספּעראַנטאָ — לודוויג זאַמענהאָף; דעם וואַרשעווער געטאָ־קעמפֿער מאַרעק עדלמאַן; דער היסטאָריקערין רחל אויערבאַך; דער פּעדאַגאָגין סטעפֿאַניאַ ווילטשינסקאַ און נאָך אַנדערע. דערצו באַטייליקן זיך די מוראַנאָווערס יעדעס יאָר מאַסנווײַז אינעם טראַדיציאָנעלן מאַרש פֿון 19טן אַפּריל, לכּבֿוד די געטאָ־העלדן. דער צענטראַלער פּלאַץ פֿון מוראַנאָוו איז דערווײַל פֿול געוואָרן מיט מאָנומענטן, גערטנער, אַלייען און דער עיקר – מיטן „פּולין”־מוזיי, איינער פֿון די פּאָפּולערסטע מוזייען אין וואַרשע – און אַלץ אין איינעם האָט פֿאַרווישט די אַמאָליקע ליידיקייט, וואָס האָט סימבאָליזירט די פֿאַרשווינדונג פֿון מער ווי 300 טויזנט ייִדן.

איין זאַך פֿעלט אין בוך: מקורים אויף ייִדיש. די מחברים באַזירן זייער אינפֿאָרמאַציע כּמעט נאָר אויף ביכער, פֿאָרשונגען און צײַטונגען אויף פּויליש. דער צוטריט צו אַזעלעכע מקורים איז מסתּמא גרינגער פֿאַר זיי, אָבער עס גיט נאָר אַ טיילווײַזן פּאָרטרעט פֿונעם וואַרשעווער ייִדנטום. די קוראַטאָרין פֿון מוזיי, רענאַטאַ פּיאָנטקאַווסקאַ, באַקלאָגט זיך, למשל, אַז מע ווייסט כּמעט גאָרנישט וועגן די עקספּאָנאַנטן־אייגנטימערס. פֿאַרשטייט זיך: אַ סך פֿון זיי זײַנען נישט געווען פֿון די פּאָלאַניזירטע ייִדן („יאַהודים”, ווי מע פֿלעגט זיי רופֿן), וואָס האָבן געלאָזט זייערע שפּורן אויף פּויליש. ס’איז אַ שאָד, ווײַל וועגן דער ייִדישער וואַרשע האָט מען דאָך געשריבן אויף ייִדיש אָן אַ שיעור. פֿון דער אַנדערער זײַט, ווען מע זוכט אין די ייִדישע ביכער באַקומט מען אַ שפּיגלבילד: דאָ פֿעלט אינפֿאַרמאַציע דווקא וועגן די „יאַהודים”, און דאָס בילד איז ווידער אַ טיילווײַזס. ווען מע וויל זיך אַרײַנטיפֿן אין אַ פֿאָרשונג וועגן דער ייִדישער וואַרשע דאַרף מען, בּכן, לייענען מקורים סײַ אויף ייִדיש און סײַ אויף פּויליש. ס’איז שוין געקומען אַ צייט אויף אַזאַ סינטעז, און נישט נאָר פֿונעם פֿילאָלאָגישן קוקווינקל.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.