Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אַרכעאָלאָגיש געפֿינס אין תּל־ערד ווײַזט אַז אַ סך ייִדן האָבן דעמאָלט געקענט עבֿריArchaeological find in Tel Arad shows many Jews were literate then

אויף וויפֿל די וויסנשאַפֿטלער ווייסן, האָט אַ פּאָליציי־עקספּערט זיך צום ערשטן מאָל באַטייליקט אין אַזאַ גרויסער שטודיע פֿון אוראַלטע דאָקומענטן.

אַ גרופּע ישׂראלדיקע וויסנשאַפֿטלער האָבן לעצטנס, בשותּפֿות מיט אַ פּאָליציי־מומחה, פֿאַרעפֿנטלעכט אַ פֿאָרשונג, וואָס ווײַזט אָן אַז בײַ ייִדן אינעם מלכות־יהודה פֿאַרן גלות־בבֿל איז געווען ברייט פֿאַרשפּרייט די קענטעניש צו לייענען און שרײַבן.

אין דער פּאָפּולערער ייִדישער קולטור איז גוט באַקאַנט דער סטערעאָטיפּ, אַז ייִדן האָבן אין אַלע תּקופֿות געקענט עבֿרי. אין דער אמתן, איז די געשיכטע נישט אַזוי פּשוט. קודם־כּל, איז אין פֿאַרשיידענע ייִדישע קהילות געווען ביז לעצטנס אַ שאַרפֿער חילוק אין בילדונג צווישן מענער און פֿרויען. אַפֿילו בײַ די אַשכּנזים, וווּ יעדעס ייִנגל האָט אין געוויינטלעכע אומשטאַנדן געמוזט קענען עבֿרי און פֿאַרשטיין כאָטש אַ ביסל לשון־קודש, זענען אַנאַלפֿאַבעטישע פֿרויען נישט געווען קיין זעלטנקייט. צווייטנס, זענען נישט אַלע ייִדישע עדות געווען אַזוי פֿאַרנומען מיטן תּורה־לערנען, ווי אין אייראָפּע, צפֿון־אַפֿריקע אָדער מיטל־מיזרח. דערפֿאַר האָבן זיי – צום באַדויערן – איבערגעלאָזט גאָר ווייניק געשריבענע ווערק.

דריטנס, טאָר מען נישט פֿאַרגלײַכן די הײַנטיקע ייִדן מיט די תּנ”כישע. די אוראַלטע ייִדישע קולטור האָט זיך ראַדיקאַל אונטערגעשיידט פֿון דער אונדזעריקער; אין איר צענטער איז געשטאַנען דער בית־המיקדש, די קרבנות, די קאָמפּליצירטע מיצוות פֿון טומאה־וטהרה. ווען ייִדן האָבן זיך אומגעקערט פֿון גלות־בבֿל, ווי מע ווייסט פֿונעם תּנ”כישן ספֿר־עזרא, האָבן זיי צוערשט נישט געקאָנט אַפֿילו געפֿינען אַ ספֿר־תּורה. עזרא־הסופֿר האָט געמוזט זי רעקאָנסטרויִרן פֿון ס׳נײַ אויפֿן סמך פֿון גרײַזיקע ספֿרים.

ווי די נײַע פֿאָרשונג ווײַזט, האָבן אַ סך ייִדן פֿאַרן גלות־בבֿל — לכל־הפּחות, גלײַך פֿאַר נבֿוכדנצרס אינוואַזיע — יאָ געקענט לייענען און שרײַבן. די פֿאָרשער האָבן אַנאַליזירט די אויפֿשריפֿטן אויף ליימענע שערבלעך, וואָס מע האָט אַנטדעקט אין תּל־ערד — אין אַן אוראַלטער פֿעסטונג, וואָס האָט געהערט צום מלכות־יהודה, נישט ווײַט פֿון דער הײַנטיקער שטאָט ערד. מיט 3,600 יאָר צוריק האָבן דאָרטן געוווינט בערך 20־30 מיליטער־לײַט. נישט געקוקט אויף דער קליינער צאָל אײַנוווינער, האָבן די אַרכעאָלאָגן דאָרטן אַנטדעקט אַכצן קורצע טעקסטן. מיט דער הילף פֿון ספּעציעלע קאָמפּיוטער־פּראָגראַמען און דער פּאָליציי־מומחהטע יאַנע גערבער האָט זיך אײַנגעגעבן צו אינדענטיפֿיצירן באַזונדערע כּתבֿ־ידן פֿון, צום ווייניקסטן, צוועלף; פֿאַרשיידענע מחברים.

גערבער פֿאַרנעמט זיך שוין 27 יאָר מיט פֿאַרגלײַך־פֿאָרשונגען פֿון כּתבֿ־ידן און חתימות. הגם די קאָמפּיוטערישע אידענטיפֿיקאַציע־מעטאָדן האָבן זיך שטאַרק אַנטוויקלט אין די לעצטע יאָרן, האָט איר באַטייליקונג אין דער שטודיע ווידער געוויזן, אַז קיין קאָמפּיוטערס קאָנען זיך דערווײַל נישט פֿאַרמעסטן אין דעם־אָ געביט מיטן געניטן מענטשלעכן אויג. די וויסנשאַפֿטלער גיבן איבער, אַז — אויף וויפֿל זיי ווייסן — האָט מען צום ערשטן מאָל פֿאַרבעטן אַ פּאָליציי־עקספּערט אָנטיילצונעמען אין אַזאַ גרויסער היסטאָרישער און אַרכעאָלאָגישער שטודיע. כּדי צו באַשטעטיקן די באַזונדערקייט פֿון מחברים, האָבן די פֿאָרשער פּרטימדיק פֿאַרגליכן 150 פֿאַרשיידענע פּאָרן פֿון אויפֿשריפֿטן, אות נאָך אות. אין דער פֿאָרשונג האָבן אָנטיילגענומען אַ ריי היסטאָריקער, אַרכעאָלאָגן און קאָמפּיוטער־ספּעציאַליסטן, אַרײַנגערעכנט פּראָפֿ׳ ישׂראל פֿינקעלשטיין — איינער פֿון די באַקאַנטסטע פֿאָרשער פֿון דער תּנ”כישער תּקופֿה.

ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז די רעזולטאַטן ווײַזן נישט, אַז ייִדישע פֿרויען האָבן אויך געקענט עבֿרי אין יענע ווײַטע צײַטן, און אַז ייִדן זענען געווען אַ מער ליטעראַריש פֿאָלק אין פֿאַרגלײַך מיט זייערע שכנים. ארץ־ישׂראל איז דעמאָלט געווען אַרומגערינגלט מיט אַ גאַנצער ריי גרויסע ציוויליזאַציעס, וווּ גאָר אַנטוויקלטע ליטעראַרישע טראַדיציעס האָבן שוין לאַנג געהאַט געבליט: מצרים, אַסיריע, גריכנלאַנד, עטיאָפּיע. דער ייִדישער אַלף־בית האָט מיט זיך דעמאָלט פֿאָרגעשטעלט אַ וואַריאַנט פֿונעם פֿיניקישן (כּנענישן). אין כינע, דרום־אַמעריקע און אינדיע — כאָטש, פֿאַרשטייט זיך, האָבן ייִדן מיט יענע מקומות נישט געהאַט קיין קאָנטאַקט — איז פֿאַרן ייִדישן גלות־בבֿל אויך געווען אין גאַנג אַן אייגענער כּתבֿ.

פֿון דעסט וועגן, גלייבן אַ סך היסטאָריקער, אַז בײַ אַנדערע פֿעלקער איז בלויז אַ קליינע עליט פֿון מלוכישע באַאַמטע געווען באַהאַוונט אין דער חכמת־הכּתבֿ. די אַלט־מיצרישע שריפֿטסיסטעם איז געווען גאָר קאָמפּליצירט; די שומערישע און אַסירישע פֿלעקלשריפֿט איז געווען גרינגער, ווײַל יעדער צייכן האָט געמיינט אַ טראַף אַנשטאָט אַ גאַנץ וואָרט — להיפּוך צו די מיצרים — אָבער אויך נישט די גרינגסטע. די אַנטדעקונג פֿונעם אַלף־בית איז געוואָרן אַ גרויסער טעכנאָלאָגישער דורכבראָך, וואָס האָט געהאָלפֿן ייִדן און אַנדערע פֿעלקער אינעם זעלבן ראַיאָן זיך אויסצולערנען לייענען אַ סך גיכער.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.