זיבן ייִדישיסטן באַשרײַבן זייערע איבערלעבונגען אין נײַעם דאָקומענטאַרSeven Yiddishists tell their story in a new documentary
במשך פֿונעם פֿילם לייענט יעדער באַטייליקטער פֿאָר אַ ווערק פֿון זײַן אָדער איר באַליבטסטן ייִדישן פּאָעט.
אין די לעצטע יאָרן באַווײַזט זיך ייִדיש, אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים, אַלץ אָפֿטער און בולטער אין קינאָ. נישט לאַנג צוריק איז אַרויס אַ נײַער דאָקומענטאַר פֿון דער פֿראַנצויזישער רעזשיסאָרין נורית אָבֿיבֿ, וואָס הייסט „ייִדיש‟ און איז געווידמעט דעם הײַנטיקן מצבֿ פֿון דער ייִדישער שפּראַך און דעם שטײַגנדיקן אינטערעס צו ייִדיש אַרום דער וועלט. אַ ריי באַקאַנטע ייִדיש־טוער און ליבהאָבער דערציילן אינעם פֿילם, ווי אַזוי און פֿאַרוואָס זיי האָבן זיך פֿאַראינטערעסירט מיט דער שפּראַך. די אינטערוויויִרטע זענען נישט דערצויגן געוואָרן בײַ ייִדיש־רעדנדיקע משפּחות און זענען לאַוו־דווקא ייִדן; זיי האָבן זיך אויסגעלערנט ייִדיש צוליב פּערזענלעכער סיבות.
דעם טריילער פֿונעם פֿילם קען מען זען דאָ:
נורית אָבֿיבֿ איז געבוירן געוואָרן אין תּל־אָבֿיבֿ, אין 1945. זינט די 1970־ער יאָרן וווינט זי אין פּאַריז. אירע פֿילמען זענען אָפֿט פֿאַרבונדן מיט שפּראַכן, איבערזעצונגען און די סאָציאַלע ראָלעס פֿון פֿאַרשיידענע לשונות.
די רעזשיסאָרין האָט דערציילט דעם פֿאָרווערטס אַז איר פֿילם איז טאַקע אַ המשך פֿון איר לאַנג־יאָריקן אינטערעס צו אָט־די טעמעס. זי אַליין האָט שטודירט ייִדיש אין דער פּאַריזער מעדעם־ביבליאָטעק. בסך־הכּל, האָט זי אינטערוויויִרט זיבן מענטשן פֿון פֿאַרשיידענע לענדער. די שמועסן זענען פֿאָרגעקומען אין פֿאַרשיידענע שטעט, בײַ די אינטערוויויִרטע אין דער היים.
עס וואַרפֿט זיך אין די אויגן, אַז אינעם פֿילם זעט מען כּסדר אָפֿענע פֿענצטער; די קינאָ־קריטיקער באַמערקן, אַז דאָס איז אַ באַקאַנט „וויזיט־קאַרטל‟ פֿון נורית אָבֿיבֿ. די ייִדישיסטן שמועסן אויף פֿאַרשיידענע שפּראַכן: ייִדיש, העברעיִש, פֿראַנצויזיש און ענגליש. אַזאַ פֿילשפּראַכיקייט איז אויך אַ כאַראַקטעריסטישער שטריך פֿון אירע פֿילמען.
איינע פֿון די באַטייליקטע, וואַלענטינאַ פֿעדטשענקאָ, האָט דערציילט ווי אַזוי דאָס מאַכן דעם פֿילם האָט אויסגעזען פֿון אינעווייניק. די מאָנאָלאָגן פֿון די באַטייליקטע זענען געווען נישט קיין אימפּראָוויזירטע, נאָר צוגעגרייטע פֿון פֿריִער — הגם, פֿאַרשטייט זיך, יעדער האָט צוגעגעבן אינעם טעקסט אייגענע מעשׂיות און טעמעס. צוליב דער געראָטענער צוגרייטונג באַקומט זיך אַ געוויסע גאַנצקייט. הערנדיק וועגן די איבערלעבונגען פֿון די באַטייליקטע ווערט לעבעדיק געשילדערט די גאַנצע וועלט פֿון אַמאָליקע און הײַנטיקע ייִדיש־רעדער. אינעם פֿילם באַטראַכט מען אויך דעם סאָציאַלן סטאַטוס פֿון דער שפּראַך, די פּראָבלעם פֿונעם איבערגעבן זי די קומענדיקע דורות, די דיקסרימינאַציע פֿון ייִדיש אין געוויסע קרײַזן, וואָס האַלטן עס נאָך אַלץ פֿאַר אַ „זשאַרגאָן‟. ווי אַ רעזולטאַט, ווערט צונויפֿגעפֿלאָכטן אַ גוט אָרגאַניזירטע, אַרומנעמיקע דערציילונג.
לויט דער רעזשיסאָרינס קאָנצעפּציע, האָט יעדער באַטייליקטער פֿאָרגעלייענט אַ ווערק פֿון זײַן אָדער איר באַליבסטן ייִדישן פּאָעט. למשל, פֿעדטשענקאָ האָט דערציילט וועגן דער פּאָעטישער באַוועגונג „די יונגע‟ און דער פּאָעזיע פֿון איינעם פֿון אירע מיטגלידער, משה־לייב האַלפּערן; מיגלע אַנאַסאַוסקײַטע, וואָס וווינט אין ווילנע, האָט באַקענט די צוקוקער מיטן ווילנער פּאָעט אַבֿרהם סוצקעווער. בעתן שמועס וועגן די פּאָעטן האָט מען באַהאַנדלט אַלגעמיינע פֿילאָלאָגישע פֿראַגעס, וואָס זענען אַקטועל נישט נאָר אויף דער ייִדישער גאַס.
פֿעדטשענקאָ גלייבט, אַז די רעזשיסאָרין האָט אויסגעקליבן די אינטערוויויִרטע לויט געוויסע ספּעציפֿישע פּרינציפּן. כּדי אָנצוהאַלטן דעם גענדער־באַלאַנס, באַווײַזן זיך אינעם פֿילם פֿיר פֿרויען און דרײַ מענער. צווישן מענערישע באַטייליקטע זענען טל חבֿר־כיבאָווסקי, דער דירעקטאָר פֿון מעדעם־ביבליאָטעק אין פּאַריז, און דער באַקאַנטער ישׂראלדיקער פּאָעט דורי מנור.
לויט פֿעדטשענקאָס אײַנדרוק, האָט אָבֿיבֿ אויך בכּיוון אויסגעקליבן די, וואָס האָבן אַ געוויסן אַרטיסטישן טאַלאַנט, און פֿאַרמאָגן אַ גוטן כּוח־הדיבור. אַ וויכטיקע ראָלע האָט אויך אַ פּנים געשפּילט זייערע אומגעוויינטלעכע ביאָגראַפֿיעס און באַקאַנטשאַפֿט מיט פּאָעזיע. נורית אָבֿיבֿ האָט אויסגעדריקט ספֿקות צי איר פֿילם וועט ווערן צוטריטלעך דורך „נעטפֿליקס‟ צי אַן אַנדער גלאָבאַלער קינאָ־נעץ. דאָס ווענדט זיך נישט אין איר, נאָר אין דער פּראָדוסער־פֿירמע. אַדרבה, די רעזשיסאָרין האָט באַטאָנט, אַז זי וואָלט מיט גרויס פֿאַרגעניגן פֿאַרשפּרייט איר ווערק איבעראַל, אָבער זי האָט נישט קיין רעכט דאָס צו טאָן. דערווײַל האָט מען עס געוויזן נאָר אויף אַן אָרטיקן טעלעוויזיע־קאַנאַל אין עלזאַס, פֿראַנקרײַך.
די איצטיקע אינטערנעץ־ווערסיע איז, אין פּרינציפּ, יאָ צוטריטלעך אומזיסט אויף דער אינטערנעץ, אָבער זען קען מען עס נאָר זײַענדיק אין פֿראַנקרײַך. ווי באַלד דער פֿילם איז אַ באַלערנדיקער און אַקטועלער, וועט מען אים אין גיכן באַווײַזן אויף ייִדישע קינאָ־פֿעסטיוואַלן איבער דער וועלט.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO