Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

נײַנציק יאָר „ביראָבידזשאַנער שטערן‟Yiddish newspaper “Birobidzhaner Shtern” turns 90

די צײַטשריפֿט איז די איינציקע מלוכיש־געשטיצטע אויסגאַבע אויף ייִדיש אין דער וועלט.

דעם 30סטן אָקטאָבער האָט די צײַטונג „ביראָבידזשאַנער שטערן‟ געפּראַוועט איר 90־יאָריקן יוביליי. הײַנט־צו־טאָג איז עס די עלטסטע פּאַפּירענע צײַטשריפֿט אין דער וועלט, ווי באַלד דער „פֿאָרווערטס‟ איז אַריבער, אַזוי ווי אַ סך באַקאַנטע אַמעריקאַנער צײַטונגען, אינגאַנצן „אָנלײַן‟. די צווייט־עלטסטע קלאַסישע געדרוקטע אויסגאַבע איז דער זשורנאַל „אויפֿן שוועל‟, געגרינדעט אין 1941; אינעם קומענדיקן יאָר וועט ער אויך פּראַווען אַ בכּבֿודיקן יאָרטאָג.

צווישן אַלע הײַנטיקע ייִדישע צײַטונגען און זשורנאַלן, פֿאַרנעמט „ביראָבידזשאַנער שטערן‟ אַן אוניקאַל אָרט ווי די איינציקע מלוכיש־געשטיצטע אויסגאַבע. נישט געקוקט אויף דער קליינער צאָל ייִדן אין דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט — אַרום 5,000 נפֿשות לויט די אָפּטימיסטישע חשבונות — האָט ייִדיש אַן אָפֿיציעלן סטאַטוס אין דער געגנט.

אַ טייל קריטיקער טענהן, אַז בלויז 2 פֿון 16 זײַטלעך גייען אַרויס יעדע וואָך אויף ייִדיש; דאָס רעשט איז אויף רוסיש. דאָס איז, אָבער, אַ נאָרמאַלע סיטואַציע אין רוסלאַנד — זייער אַ פֿילשפּראַכיק פֿעדעראַטיוו לאַנד, וווּ צענדליקער פֿאַרשיידענע לשונות ווערן פֿאַררעכנט אין געוויסע ראַיאָנען ווי פֿולשטענדיק מלוכישע, מיט רוסיש צו גלײַך, און נאָך אַ גאַנצע ריי — ווי אָפֿיציעלע אין אָרטיקע אינסטאַנצן. אָפֿטמאָל ווערן צוויי־שפּראַכיקע אויסגאַבעס געדרוקט בעיקר אויף רוסיש, און טיילווײַז אויף אַן אָרטיק מינערהייט־לשון.

די פֿריִיִקע נומערן פֿון „ביראָבידזשאַנער שטערן‟ אָנהייב די 1930ער יאָרן האָבן געהאַט בלויז 4 זײַטלעך. דער תּוכן איז אָבער אַלעמאָל געווען זייער אַן אַקטועלער, ווײַל די צײַטונג איז געווען פֿעסט פֿאַרבונדן מיטן אויפֿבוי פֿון דער ייִדישער אויטאָנאָמיע, וווּ עס האָבן זיך אין די 1930ער פֿאַרזאַמלט ייִדן־ענטוזיאַסטן פֿונעם גאַנצן ראַטן־פֿאַרבאַנד, ווי אויך פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אַרגענטינע, מערבֿ־אייראָפּע און פּאַלעסטינע. אַ ממשותדיקע צאָל ארץ־ישׂראלדיקע ייִדן האָבן „עולה‟ געווען קיין ביראָבידזשאַן, גלייבנדיק, אַז דווקא דאָרט וועט אויפֿקומען דער גרעסטער פּאָליטישער און קולטורעלער ייִדישער צענטער.

מיט דער צײַט האָט די צײַטונג זיך צעוואַקסן, אָנגעהויבן אַרויסגיין דרײַ, דערנאָך פֿינף מאָל אַ וואָך. בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה זענען אַרויס בלויז געציילטע, אָבער גאָר וויכטיקע ספּעציעלע נומערן מיט אייגנאַרטיקע רעפּאָרטאַזשן. די צײַטונג האָט איבערגעלעבט די אַנטיסעמיטישע רדיפֿות אין די לעצטע יאָרן פֿון סטאַלינס רעזשים און געבליבן לעבן נאָכן פֿאַנאַנדערפֿאַל פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. דער פֿאַקט, וואָס „ביראָבידזשאַנער שטערן‟ האָט אויסגעשטאַנען אַזויפֿיל שווערע פּאָליטישע און עקאָנאָמישע גילגולים, איז אַ סימן, אַז די צײַטונג קען נאָך ווײַטער לעבן.

ס׳איז וויכטיק אויך צו דערמאָנען, אַז די רוסישע אַרטיקלען אין „ביראָבידזשאַנער שטערן‟ האָבן אָפֿט צו טאָן מיט ייִדיש. די צײַטונג איז איינער פֿון די בעסטע קוואַלן, וווּ אַ רוסישער לייענער קאָן — סײַ דורכן אַבאָנירן די פּאַפּירענע צײַטונג, סײַ לייענען זי אויף דער אינטערנעץ — זיך באַקענען מיט ביאָגראַפֿיעס פֿון ייִדישע שרײַבער און פּאָעטן מיט איבערזעצונגען פֿון ייִדיש. מיט דער ייִדישער שפּראַך איז דאָך דורכגעזאַפּט די גאַנצע סאָוועטישע געשיכטע פֿון דער געגנט.

דער איצטיקער יוביליי־נומער איז פֿול מיט באַגריסונגען, אַדרעסירט צו דער רעדאַקציע און דער הויפּט־רעדאַקטאָרין, יעלענאַ סאַראַשעווסקאַיאַ, וועלכע פֿירט אָן מיט דער צײַטונג זינט 2011. די באַגריסונגען זענען געקומען פֿונעם גובערנאַטאָר פֿון דער געגנט, ראָסטיסלאַוו גאָלשטיין, און אַנדערע אָרטיקע פּאָליטיקער; פֿונעם „רוסלענדישן ייִדישן קאָנגרעס‟, פֿון פֿאַרשיידענע קולטור־טוער אַרום דער וועלט, פֿון שטענדיקע קאָרעספּאָנדענטן, אַרײַנגערעכנט וועלוול טשערנין און ניקאָלײַ באָראָדולין. דער נומער איז פֿול מיט פֿאַרשיידענע מאַטעריאַלן אויף ייִדיש; בײַם סוף איז איבערגעדרוקט געוואָרן די ערשטע זײַט פֿונעם סאַמע ערשטן נומער.

די דאָזיקע היסטאָרישע זײַט איז באַצירט מיטן לירישן ליד „האָסטו געזען?‟ פֿון חיים לעווין. דער מחבר פֿון די שורות האָט זיך אויך באַטייליקט אינעם יום־טובֿ און איבערגעזעצט דאָס ליד פּאָעטיש אויף רוסיש ספּעציעל פֿאַרן יוביליי־נומער. לעווין (1942-1907) האָט פֿאַרעפֿנטלעכט זײַנע ערשטע לידער אויף ייִדיש נאָך אין דער יוגנט; אינעם יאָר 1937 האָט ער אָנטיילגענומען אין דער באַרימטער אַרקטישער עקספּעדיציע אויף דער אײַזנברעכער־שיף „יערמאַק‟, און פֿאַרעפֿנטלעכט וועגן דעם רעפּאָרטאַזשן אויף רוסיש און ייִדיש; אין די מלחמה־יאָרן האָט ער געאַרבעט ווי אַ זשורנאַליסט אין לענינגראַד און איז געשטאָרבן בעת דער נאַצי־בלאָקאַדע פֿון דער שטאָט.

אין זײַן ליד שילדערט לעווין די ווײַט־מיזרחדיקע נאַטור און די בויונג פֿונעם קאָלווירט־דאָרף וואַלדהיים, הײַנט אַ ייִשובֿ מיט אַרום 2,000 אײַנוווינער:

און היימען אין וואַלדהיים,
און מײַליקע בייטן,
און פֿעלדער,
און הירשן,
און צעדערס,
און בערג…

ווינטש איך, אַז „ביראָבידזשאַנער שטערן‟ זאָל אונדז ווײַטער ברענגען אַ סך „מײַליקע בייטן‟ פֿון שעפֿערישע פּרות!

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.

If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.

Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism. 

—  Rukhl Schaechter, Yiddish Editor

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.