קאָן אַן אַטעיִסט גלייבן אין גאָט?Can an atheist believe in God?
הגם די קלאַסישע הלכה קלינגט שטאַרק נעגאַטיוו, קוקן אַ טייל ייִדישע דענקער אויף דער קשיא פֿון אַן אַנדער קוקווינקל.
די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָב איך געשריבן אינעם „פֿאָרווערטס‟ וועגן אוניווערסאַליסטישע אָפּטײַטשן פֿון חב״ד־חסידות, אַרײַנגערעכנט די געדאַנקען פֿון הרבֿ אַבֿרהם־יהודה חן. אין מײַן אַרטיקל דערמאָן איך, אַז אַן אַטעיִסט קאָן אויך באַטראַכט ווערן, אין אַ געוויסן זין, ווי אַ רעליגיעזער מענטש. אין מײַן יוגנט האָב איך אָפֿט געהערט פֿון פּרינציפּיעלע סאָוועטישע אַטעיִסטן וועגן „דער גרויסער חכמה פֿון דער נאַטור‟. שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז אַזעלכע מענטשן גלייבן אין אַ געוויסן זין אינעם אייבערשטן.
איינער פֿון אונדזערע לייענער האָט געטענהט, אַז על־פּי הלכה איז אַן אַטעיִסט בכלל נישט קיין ייִד. אויפֿן ערשטן בליק, איז עס טאַקע אַזוי. דער רמב״ם שרײַבט נאָך שאַרפֿער, אַז אויב אַפֿילו אַן אַפּיקורס טוט תּשובֿה, טאָר מען אים נישט מקבל זײַן אין אַ ייִדישער קהילה, אַז ס׳איז אַ מיצווה אַזאַ פּאַרשוין צו דערהרגענען, און אַז מע פֿלעגט אַזוי טאָן אָן קיין בית־דין.
אינעם שולחן־ערוך, אויפֿן סמך פֿון דער גמרא, שטייט געשריבן, אַז דער איינציקער פֿאַל, ווען אַן אַפּיקורס ווערט נאָך פֿאַררעכנט פֿאַר אַ ייִד, איז קידושין: אויב ער האָט חתונה כּהלכה מיט אַ מיידל, איז מען חושד, אַז אין יענעם מאָמענט האָט ער חרטה געהאַט און דערפֿאַר קאָן זיך נישט צעגיין מיט איר אָן אַ גט.
ס׳איז וויכטיק צו באַמערקן, אַז אין דער קלאַסישער הלכה גייט אַ רייד נישט נאָר פֿון ייִדן וואָס גלייבן נישט אין גאָט, נאָר אויך פֿון די וואָס לייקענען אָפּ וועלכן־ניט־איז יסוד פֿון דער ייִדישער אמונה, אַרײַנגערעכנט דעם קלענסטן פּרט פֿון דער תּורה־שבעל־פּה. די, וואָס זענען מחלל־שבת אָדער טוען אַנדערע עבֿירות בפֿרהסיא, זענען אויך פֿאַררעכנט פֿאַר מומרים, אַפּאָסטאַטן.
אין דער מאָדערנער געזעלשאַפֿט קלינגען אַזעלכע דעות, בפֿרט די מיליטאַנטישע ווערטער פֿונעם רמב״ם, כּמעט ווי עקסטרעמיסטישע ווערסיעס פֿון איסלאַם. למעשׂה זעען מיר אָבער, אַז אין די ליובאַוויטשער, מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע און אַ טייל חרדישע שילן באַציט מען זיך צו וועלטלעכע און נישט־גלייביקע ייִדן גאַנץ פֿרײַנדלעך. די ליובאַוויטשער פֿאַרטיידיקן זיי אויפֿן סמך פֿונעם סופּרעמאַסיסטישן צוגאַנג, וועלכן איך האָב קריטיקירט מיט צוויי וואָכן צוריק אין אַן אַנדער אַרטיקל: יעדע ייִדישע נשמה איז בײַ זיי געטלעך, דערפֿאַר גלייבט יעדער ייִד — באַוווּסטזיניק צי נישט — אינעם באַשעפֿער.
אַן אַנדער פֿאַרשפּרייטער תּירוץ איז דער סטאַטוס פֿון „תּינוקות שנשבו‟ — ייִדן, וואָס זענען פֿון קינדווײַז אָן דערצויגן געוואָרן אין אַ פֿרעמדער סבֿיבֿה און דערפֿאַר זענען נישט קיין עכטע פּרינציפּיעלע אַפּיקורסים. מע קאָן זאָגן, אַז די גאַנצע הײַנטיקע וועלט, וווּ עס זענען ברייט פֿאַרשפּרייט פֿאַרשיידענע אַפּיקורסישע דעות, איז אַ פֿרעמדע סבֿיבֿה. אויב אַפֿילו עמעצער איז אויפֿגעוואַקסן פֿרום, זיך געלערנט אין ישיבֿה, און ערשט דערנאָך אויפֿגעהערט צו גלייבן אינעם רבונו־של־עולם, קאָן מען נאָך אַלץ זאָגן, אַז די וועלט, מיט איר „אַפּיקורסישער‟ וויסנשאַפֿט און ליבעראַלער אידעאָלאָגיע, האָט אים, נעבעך, פֿאַרכאַפּט און קאַליע געמאַכט. אַ סך חרדים זענען אָבער נישט מסכּים און באַטאָנען, אַז אַ געוועזענער פֿרומער ייִד איז טאַקע אַן עכטער אַפּיקורס.
וואָס שייך נישט־ייִדן, טרעפֿן זיך אין דער קלאַסישער הלכה צוויי היפּוכדיקע דעות. דער רמב״ם באַטאָנט, אַז אַ גוי מוז נישט נאָר מקיים זײַן די מיצוות פֿון בני־נח, נאָר צו גלייבן, אַז נח האָט זיי מקבל געווען פֿונעם אויבערשטן, און משה רבינו ווידער באַקומען אויפֿן באַרג סיני. דער מאירי און אַ ריי אַנדערע ראשונים האַלטן, פֿאַרקערט, אַז די מיצוות־בני־נח זענען „ביהעוויאָריסטישע‟: כּל־זמן עמעצער היט זיך אָפּ, איז ער אַ גוטער מענטש. אונדז גייט נישט אָן, לויט דער דאָזיקער שיטה, וואָס ער מיינט און אין וואָס ער גלייבט.
הרבֿ אַבֿרהם־יהודה חן, וועלכער האָט פֿאַרלייקנט דעם פּרינציפּיעלן חילוק צווישן ייִדן און אַנדערע מענטשן, טראַכט אָבער ברייטער, ווי די דערמאָנטע פֿאָרמעלע תּירוצים. דער רוסישער פֿילאָסאָף־אַנאַרכיסט פּיאָטר קראָפּאָטקין, זײַנדיק אַן אויסגעשפּראָכענער אַטעיִסט, איז פֿאַר אים אַ צדיק און אַ „כּרובֿ‟ (אַ מלאך), און דער באַרימטער אינדישער פּאָעט ראַבינדראַנאַט טאַגאָר — אַ נאָמינאַלער הינדוס, אָבער בעצם אַ מין אַגנאָסטיקער — איז פֿאַרן דאָזיקן חסידישן רבֿ, מעגלעך, ברוחניות אַ ייִד. ווי אַזוי זשע קען דאָס זײַן? דאָס וועלן מיר באַהאַנדלען אין אַ ווײַטערדיקן אַרטיקל.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO