די אַלטע ייִדישע טראַדיציעס פֿון כּורעים ומשתּחוויםOld Jewish traditions of kneeling and prostrating
דאָקומענטן וואָס מע האָט געפֿונען אין דער קאַיִרער גניזה ווײַזן, אַז אַמאָל זענען אין ייִדישקייט געווען דערלויבט פֿאַרשיידענע תּפֿילה־פּאָזעס.
מאָנטיק האָב איך דערציילט אונדזערע לייענער וועגן אַ נײַ רוסיש בוך פֿון פֿאַנטאַסטישע דערציילונגען אויף ייִדישע טעמעס. במשך פֿון מײַן רעדאַקטאָרישער אַרבעט איבער דער דאָזיקער זאַמלונג האָב איך זיך באַקענט מיט אַ ריי פֿאַרשיידענע פּאָפּולערע ביכער אויף ענגליש און רוסיש.
מיט צוויי וואָכן צוריק האָט מײַנע אַ קאָלעגע באַמערקט אַ טשיקאַוון פּרט אין דזשיימס בעקערס בוך The Moses Stone („משהס שטיין‟); דאָס איז איינער פֿון די מחברים, מיט וועלכע איך האָב זיך לעצטנס באַקענט. עס גייט אַ רייד פֿון דער באַרימטער ייִדישער פֿעסטונג מצדה; ווי באַקאַנט, האָבן אירע באַשיצער זיך גענומען דאָס לעבן אויף אַ קאָלעקטיוון אופֿן: דערהרגעט איינער דעם צווייטן. דער מחבר שילדערט, ווי פֿאַרן אומקום האָבן די אויפֿשטענדלער זיך געשטעלט אויף די קני, כּדי תּפֿילה צו טאָן. דאָס קלינגט זייער אומייִדישלעך, אַנישט?
דזשיימס בעקער, אַ געוועזענער אָפֿיציר פֿונעם בריטישן לופֿט־פֿלאָט, האָט במשך פֿון זײַן 20־יאָריקער קאַריערע זיך באַטייליקט אין אַ סך מיליטערישע אָפּעראַציעס, אַרײַנגערעכנט די אומאָפֿיציעלע פֿאָקלאַנדס־מלחמה, וועלכע איז פֿאָרגעקומען אין 1982 צוליב דער אַרגענטינער אינוואַזיע אויף צוויי בריטישע אינדזל־טעריטאָריעס. זײַנע ווערק זענען נישט קיין שונד; בעקער איז אויסגעווען אַ וועלט און ווייסט אַ טאָלק אין עכטע מלחמות. דאָס מיינט אָבער נישט, אַז דער מחבר איז אַ מומחה אין ייִדישער געשיכטע און קולטור; קיין ייִד איז ער נישט.
ווען מײַן באַקאַנטע האָט דערציילט אַ רבֿ וועגן דער דאָזיקער מצדה־סצענע, האָט ער געענטפֿערט, אַז בײַ ייִדן שטעלט מען זיך נישט אויף די קני אַפֿילו סתּם אַזוי, שוין אָפּגערעדט פֿון דאַוונען, כּדי נישט עובֿר צו זײַן אויפֿן איסור פֿון „אבֿן משׂכּית‟ און נישט נאָכצומאַכן אַנדערע רעליגיעס. אין דער תּורה שטייט געשריבן, אַז מע טאָר נישט משתווה זײַן — בוקן זיך ביז דער ערד — אויף אַ שטיין.
פֿרעגט זיך אַ קשיא: ווי אַזוי זשע טוט מען ראָש־השנה און יום־כּיפּור? על־פּי הלכה, איז מען עובֿר אויף אַ דירעקטן איסור דאורייתא נאָר ווען מע דאַוונט אויף אַ שטיין מיט צעשפּרייטע הענט און פֿיס; אין אַזאַ פּאָזע פֿלעגט מען זיך בוקן בעת דער עבֿודת־יום־כּיפּור אין בית־המיקדש. אויב מע טוט עס אויף אַ שטיין, אָבער נישט אין גאַנצן צעלייגט, אָדער צעלייגט אויף אַן אַנדער מאַטעריאַל, איז עס בלויז אַן איסור מדרבנן. ס׳איז נישט קלאָר, וועלכע מאַטעריאַלן (צעמענט, ציגל, קעראַמיק, אַפֿילו מאַרמאָר) ווערן פֿאַררעכנט אין דעם פֿאַל פֿאַר עכטע שטיינער. ווען מע טוט „כּורעים ומשתּחווים‟ בעת דעם יום־כּיפּורדיקן מוסף, איז בעסער אַרונטערצולייגן אונטערן קאָפּ אַ שמאַטע, אַ טלית צי אַ פּאַפּירענע סערוועטקע, צו פֿאַרזיכערן, אַז דעם איסור דרבנן ברעכט מען דערבײַ אויך נישט.
דאָ גייט אַ רייד בלויז וועגן די הײַנטיקע אַשכּנזישע מינהגים. לויטן תּימנער מינהג, בוקט מען זיך צו דער ערד יעדן וואָכעדיקן טאָג שחרית און מנחה אויף אַ טעפּעך בײַם תּחנון. אין אַ צאָל תּימנער שילן טוט מען עס נאָך אַלץ, הגם דער יונגער דור פֿאַרגעסט, צום באַדויערן, די אַלטע טראַדיציעס פֿון זייער עדה.
אַ ריי דאָקומענטן פֿון דער קאַיִרער גניזה ווײַזן אָן, אַז דאָס בוקן זיך אויף אַ כּמו־מוסולמענישן שטייגער בײַם דאַוונען איז געווען פֿאַרשפּרייט אין מיטל־עלטער צווישן די מאַראָקאַנער, עגיפּטישע און אַנדערע מיזרחדיקע ייִדן. דעם רמב”מס זון, הרבֿ אַבֿהרם בן מיימון, האָט געשאַפֿן גאָר אַן אייגנאַרטיק געמיש פֿון ייִדישקייט און סופֿיזם און איז געגאַנגען נאָך ווײַטער. אין זײַנע ווערק אויף ייִדיש־אַראַביש לייגט ער פֿאָר זיך צו בוקן בײַ קריאת־שמע, אין יעדער ברכה פֿון שמונה־עשׂרה, אאַז”וו. ער האָט געהאַלטן, אַז די מוסולמענער האָבן געירשנט זייערע תּפֿילה־טראַדיציעס פֿון ייִדישע נבֿיאים.
לאָמיר זיך אָבער דערמאָנען, אַז די מצדה־העלדן זענען נישט געווען קיין הויפּטשטראָמיקע ייִדן, נאָר אַ באַזונדערע מיליטאַנטישע סעקטע: די קנאָים. גאָר ווייניק אינפֿאָרמאַציע איז געבליבן וועגן זיי. גיי ווייס, ווי אַזוי פֿלעגן די קנאָים דאַוונען און וואָס פֿאַר אַ מין הלכה זיי האָבן געפֿאָלגט? צו פּראָיעקטירן אונדזערע הײַנטיקע דינים און מינהגים אויף אוראַלטע ייִדן, בפֿרט אַזאַ ספּעציפֿישע גרופּע, איז פּונקט אַזוי צווייפֿלהאַפֿטיק, ווי אויסצוטראַכטן פֿון בוידעם זייער לעבנס־שטייגער. ואַחרון אַחרון חבֿיבֿ האָבן די אַרכעאָלאָגן דערווײַל נישט געפֿונען קיין איינציקן סימן, אַז דער מצדה־זעלבסטמאָרד איז טאַקע אַן אמתדיקע געשיכטע. אויב ס׳איז סתּם אַ דראַמאַטיש אויסטראַכטעניש, מעג אַ הײַנטצײַטער שרײַבער צוגעבן דערצו וואָס ער וויל — אַבי זײַן ווערק זאָל זײַן אינטערעסאַנט.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor