Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

וואָס דער פֿילאָסאָף גרשום שלום האָט געהאַט בשותּפֿות מיטן סאַטמערער רביןWhat philosopher Gershom Scholem had in common with the Satmar Rebbe

שאול מגיד טענהט אַז בײַ ביידע איז דער געדאַנק צו פֿאַרוואַנדלען העברעיִש אין אַ גערעדטער שמועס־שפּראַך אין סתּירה מיט דער ייִדישער טראַדיציע.

דער סאַטמערער רבי, יואל טייטלבוים, און דער פֿילאָסאָף און היסטאָריקער, ד״ר גרשום שלום, האָבן, ווי באַקאַנט, געהאַט היפּוכדיקע דעות אין פּאָליטישע און גײַסטיקע ענינים, אָבער ווייניק מענטשן ווייסן אַז זיי זענען געווען בדעה־אחד וועגן איין אַקטועלער סאָציאַלער פֿראַגע.

דער ערשטער איז געווען באַרימט פֿאַר זײַן אַנטי־ציוניזם און האָט געווידמעט גאַנצע ספֿרים זײַן שאַרפֿער קענגערשאַפֿט צו דער ציוניסטישער אידעאָלאָגיע; דער צווייטער — אַ באַרימטער וועלטלעכער פֿאָרשער פֿון קבלה און אַ מעסיקער ציוניסט. פֿאָרט, ווי ס׳האָט דערציילט דער פֿאָרשער פֿון חסידות און חסידישער קבלה, ד”ר שאול מגיד, אין אַ ווידעאָ־רעפֿעראַט דעם 23סטן נאָוועמבער, האָבן ביידע פּערזענלעכקייטן געהאַלטן, אַז דער געדאַנק צו פֿאַרוואַנדלען העברעיִש אין אַ גערעדטער שמועס־שפּראַך קומט אין סתּירה מיט דער ייִדישער טראַדיציע. אַזוי ווי דער סאַטמערער רבי, האָט גרשום שלום אַפֿילו געטענהט, אַז אינעם מאָדערנעם העברעיִש שטעקט אַ דעסטרוקטיווער, טײַוולאָנישער כּוח.

מגיד האָט דערציילט וועגן אַ דריטן באַרימטן ייִד, וועלכער האָט אויך געהאַלטן, אַז צו רעדן אויף העברעיִש איז אומטראַדיציאָנעל: חיים־נחמן ביאַליק. זײַענדיק אַליין אַ גרויסער העברעיִשער פּאָעט, האָט ביאַליק געגלייבט, אַז ער פֿאַרנעמט זיך מיט אַ רעוואָלוציאָנערער, קאַפּויערדיקער טעטיקייט. שלום האָט עס באַטראַכט אויף אַן ענלעכן אופֿן: כאָטש ער האָט געהאַלטן אַז אינעם פֿאַרוואַנדלען לשון־קודש אין אַ שמועס־שפּראַך באַהאַלט זיך אַ סכּנה, האָט ער אויך געגלייבט אַז ס׳איז כּדאַי דאָס צו טאָן, ווײַל, דורך היפּוכדיקע מיטלען קענען זיך אַרײַנגיסן פֿרישע זאַפֿטן אין ייִדישקייט. צוליב דער זעלבער „קאַפּויערדיקער‟ סיבה, ווי מגיד האָט באַטאָנט, האָט שלום זיך באַצויגן מיט אַ סימפּאַטיע צו שבתי־צבֿיניקעס.

לאָמיר צוגעבן אַ פּאָר מאָמענטן, וועלכע דער לעקטאָר האָט נישט דערמאָנט. ווען יעקבֿ אָבֿינו האָט זיך איבערגעבעטן מיט זײַן פֿעטער לבֿן, האָבן זיי אויפֿגעשטעלט אַ בערגל שטיינער; יעקבֿ האָט עס אָנגערופֿן אויף לשון־קודש „גלעד‟, און לבֿן — אויף אַראַמיש: „יגר שׂהדותא‟. דאָס ווײַזט, אַז אַפֿילו אינעם חומש דינט שוין אַראַמיש, די אַלגעמיינע שפּראַך פֿון מעסאָפּאָטאַמיע, ווי אַ פֿאַרבינד־לשון. מיט הונדערטער יאָרן שפּעטער, נאָכן גלות־בבֿל, ווערט לשון־תּרגום אָנגערופֿן אין תּנ”ך „יהודית‟ — אַ ייִדישע שפּראַך, אַ מין ייִדיש פֿון יענער תּקופֿה. נאָך שפּעטער, ווען עס זענען פֿאַרשריבן געוואָרן די משנה, גמרא, מדרשים און אַלע אַנדערע קלאַסישע ספֿרי־קודש, האָט אויף לשון־קודש קיינער נישט גערעדט.

דער סאַטמערער רבי, אַזוי ווי זײַנע ציוניסטישע אָפּאָנענטן, שאַפֿט אַ מאָדערנע רעקאָנסטרוקציע פֿון דער אוראַלטער געשיכטע. מיר ווייסן נישט גענוי, ווי אַזוי עס האָט זיך דער עולם באַצויגן צו דער שפּראַך אין דוד המלכס צײַטן. לויט אַלע סימנים, האָט מען דעמאָלט באַטראַכט דאָס לשון־תּנ”ך בלויז ווי אַ כּנענישן דיאַלעקט. די חז”ל באַטאָנען אויך — און דער סאַטמערער רבי דערמאָנט עס אין זײַנע ווערק — אַז די כּנענים און דער לעגענדאַרער עמלק האָבן גערעדט אויף דער זעלביקער שפּראַך, ווי ייִדן. אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, האָט לשון־תּרגום אַ לענגערן ייִדישן ייִחוס: אָנהייבנדיק פֿון די אָבֿות ביז הײַנט. אַ גרויסער שיכט פֿון אַראַמיש לעבט ווײַטער בײַם הײַנטיקן ייִדיש־רעדנדיקן חסידישן עולם אין מויל, ווי אַן עלעמענט פֿון דער טראַדיציאָנעלער ייִדישער פֿילשפּראַכיקייט.

וואָס שייך ביאַליקן, האָט ער אויך געשריבן לידער אויף ייִדיש. צו די, וואָס האָבן געפּרוּווט צו פֿאַרשפּרייטן דעם נײַעם הערברעיִש בגוואַלד, האָט ער זיך באַצויגן זייער נעגאַטיוו. מע דערציילט, אַז אַמאָל האָבן די ציוניסטישע יונגען דערהערט דעם פּאָעט רעדן אויף ייִדיש און אָנגעשריגן אויף אים, אַז ער מוז רעדן אויף העברעיִש. ביאַליק האָט סאַרקאַסטיש געענטפֿערט אויף ייִדיש: „אַזאַ פּנים האָט עס?‟ (מיינענדיק דאָס זיצפֿלייש). זײַן פּאָעזיע גראַמט זיך נאָר אויף דער אַשכּנזישער הבֿרה און קלינגט גיכער ווי דאָס קלאַסישע לשון־קודש.

ווי באַלד קבלה באַציט זיך גאָר סענסיטיוו צו יעדן לשון־קודשדיק וואָרט, יעדן אות און גראַמאַטישן פּרט, האָט שלום גוט געוווּסט, אַז לשון־קודש איז אין דער טראַדיציאָנעלער ייִדישקייט נישט סתּם אַ שפּראַך, נאָר אַ הייליקע כּלי פֿאַרן דאַוונען, לערנען און פֿאַרטיפֿן זיך אין סודות־התּורה.

אַזוי צי אַנדערש, זעען מיר, אַז דעם סאַטמערער רבין האָט זיך אײַנגעגעבן צו שאַפֿן אַ מעכטיקע קאָנטער־אידעאָלאָגיע. אַ דאַנק איר, הערט מען נישט אויף די גאַסן פֿון מאָנסי און וויליאַמסבורג אַזעלכע קינסטלעכע אויסדרוקן ווי „שאַבאַט שאַלאָם‟, נאָר בלויז דעם היימישן ייִדישן „גוט־שבת‟.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.